אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד משה שטיינבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ WPCleaner v1.27 - ייד-ביא-שטומף
אין תקציר עריכה
שורה 1:
החזן '''דוד משה שטיינבערג''' איז געווען פון די גרויסע [[חזנות|חזנים]] אין די גאלדענע תקופה [[אמעריקע]].
 
ער איז געבוירן אין יאר תר"ל אין [[קעשענעוו|קישינעוו]], [[בעסאראביע]]. זיין פאטער ר' אברהם וועלכער איז אויך געווען א בארימטער חזן מיט א שיינע שטימע.
 
ער האט זיך געלערנט חזנות ביים בארימטן חזן זלמן רוזומני. ער איז געווען חזן אין אדעסא, בארדיטשעוו און ווילנע. און דערנאך איז ער צוריק קיין אדעסא.
 
אין תרפ"א איז ער געקומען קיין אמעריקע וואו ער איז אויפגענומען געווארן אין די בריסקער שוהל אין ניו יארק.
 
ער איז געווען פון די בארימטע חזנים אין ניו יארק, וואו ער איז אויפגעטרעטן צוזאמען מיט די גרויסע.
 
ער איז געווען א קאמפאזיטאר. עס איז פארהאן א רעקארדירינג ווי החזן יאסעלע ראזענבלאט זינגט זיינס א "אבינו מלכינו גלה" אלס דועט מיט שמואל מלאווסקי.
 
ער איז געשטארבן אין יאר תש"א אין עלטער פון זיבעציג יאר.
 
== זיינע קאמפאזיציעס ==
* אבינו מלכינו
* אנא עבדא
* המעביר בניו
* והאופנים
* זרעא חיא
* ישמחו
* כוהניך
* כי לקח טוב
 
== וועבלינק ==