אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרייע פראנקרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:צווייטער וועלט קריג צו קאַטעגאָריע:צווייטע וועלט מלחמה
שורה 17:
די בריטישע ארמיי האט אטאקירט שיפן וואס האבן געהערט צו די פראנצויזישע [[ים פלאט]], מורא האבנדיק אז זיי וועלן אריבערגיין צו די נאצישע באנוץ, און וועלן אטאקירן דערמיט ענגלאנד. דאס איז געווען א שטער פאר דער נייער ארמיי, און האט אפגעהאלטן פון אסאך פאטענציאלע אנשליסער, פון זיך מאביליזירן אין דעם פרייען פראנקרייכס ארמיי.
 
צווישן יוני און אויגוסט 1940, איז אויפגעשטעלט געווארן א ראט, וואס האט זיך געפונען אין ענגלאנד, אינאיינעם מיט אנדערע רעגירונגען אין גלות, ווי [[פוילן]], [[דענמארק]], [[בעלגיע]], און אנדערע. אין זיין ארמיי האט ער געהאט 7,000 [[סאלדאט]]ן, און 3,500 [[מאטראזמאטראס]]ן פון ים פלאט. עס איז קלאר געווען אז זיין עיקר שטיצע, וועט מוזן קומען פון די קאלאניעס.
 
נישט אלע קאלאניעס האבן זיך גערן אנגעשלאסן צו דער פרייע פראנקרייך רעגירונג. אין צפון מער אפריקע, [[מאראקא]], [[טוניסיע]], און [[אלדזשיר]], זענען אלע פארבליבן ביי דער ווישי רעגירונג, אזוי אויך אינדא כינע ([[וויעטנאם]] פון היינט). דער [[פראנצויזישער מאנדאט]], איבער [[סיריע]] און [[לבנון]], איז אויך געווען אונטער ווישי הערשאפט. געוויסע לענדער אין צענטער פון אפריקאנע קאנטינעט, ווי [[טשאד (לאנד)|טשאד]], [[קאנגא]], און די פראנצויזשע צענטראל אפריקע (היינט רעפובליק פון קאנגא), האבן זיך אנגעשלאסן צו דעם פרייען פראנקרייך.
 
== ערשטע קאמפן ==