אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8:
די גרינדער פון מאדערנע קאמוניזם איז פראקלאמירט געווארן דורך א [[דייטש]]ער [[פילאסאף]] [[קארל מארקס]] און זיין פריינט פרידריך ענגלס. ווי אנדערע [[סאציאליזם|סאציאליסטן]], האבן זיי אויך געזוכט צו ברענגן אן ענדע צו [[קאפיטאליזם]]. אבער אנדערש ווי אנדערע וועלכע האבן געזוכט איינצושטעלן סאציאליסטישע סיסטעמען אינעם לאנגן טערמין אויף א פרידליכע וועג, האבן זיי געהאלטן אז דאס וועט נאר קענען פאסירן אויב עס וועט פאסירן אין א פלוצלינגע [[רעוואלוציע]] וואס וועט פארלאנגן א שטארקע קראפט און וועט מוזן גיין מיט געוואלד.
 
כדי צו פראמאטירן זייער געדאנק האבן זיי דאס גערופן [[סייענטיפישעוויסנשאפט]]לעכע סאציאליזם אדער קאמוניזם און די צוויי נעמען זענען פארבליבן אייניג באטראכט ביז'ן ענדע פונעם [[19טער י"ה|19טן יארהונדערט]]. די צוויי האבן דערלעבט צו זען זייער געדאנק אין פראקטיק אין וועלכע אלע אינדוסטריס און פראפערטי זענען געווארן אייניג פארוואלטעט אבער נאך אלץ איז פארבליבן א קלאס אפטיילנדיגע סאסייאיטי פון ארימע און רייכע. דער טערמין פון קאמוניזם האבן זיי רעזערווירט פאר דעם ענדגילטיגן שטאפל אין וועלכע קלאס אפטיילונג איז פארשוואונדן געווארן, מענטשן האבן געלעבט אין רואיגקייט, און דער פארלאנג פאר א [[רעגירונג]] איז מער נישט געווען א באדערפעניש.
 
דער טערמין קאמוניזם איז ערשט געווארן אפיציעל אין 1917 ווען וולאדימיר לענין און זיין באלשעוויק פארטיי האבן איבערגענומען די מאכט אין [[רוסלאנד]] און האבן נאמינירט זייער באוועגונג אלס די קאמוניסטישע פארטיי און האבן איינגעשטעלט אן איינצעלענע פארטיי רעזשים וועלכע האט געזאלט אומפלימענטירן די סאציאלע פאליסיס פון וועלכע קאמוניזם איז באשטאנען. לענין האט געגרינדעט דעם פארבאנד פון סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליקן, באקאנט אלס די פֿע-עס-עס-אר אדער סאוועטן־פאראיין. לענין'ס קאמוניסטישע באוועגונג האט געצילט צו אונטערווארפן קאפיטאליזם איבער גאנץ אייראפע און מאכן סאציאליזם די סאסייאיטי פון דעם צוקונפט.
שורה 40:
אויסער וואס די צוויי רעוואלוציאנערן זענען דירעקט פאראנטווארטליכט פאר די צוקונפטע קאמוניזם האט היסטאריע זיי אויך געגעבן קרעדיט פאר'ן מאכן היסטאריע פון קעניגרייך וועלכע איז די אייציגסטע טובה וועלכע קאמוניזם האט געברענגט צו די וועלט.
 
אויסער רעוואלוציאנערן זענען געווען אסאך אנדערע טעאריסטן און פילאסאפן וועלכע האבן קריטיקירט די רעוואלוציאנערן און האבן ענדערש געהאלטן פון א לאנג טערמינענדיגע איבערגאנג צו סאציאליזם. טייל פון זיי האבן געהאט אנדערע געדאנקען ווי די קאמוניסטן אבער די פרינציפאלן זענען שטענדיג געווען די זעלבע אז די אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט זאל ווערן צעטיילט מיט יושר און אזוי ארום וועט יעדער לעבן אין פרידן. טייל פון זיי האבן געהאלטן אז די מערסט געלערנטע מענטשן ווי סייענטיסטןוויסנשאפטלער, אינדזשענירן, און אינדוסטריאליסטן, זאלן פירן די רעגירונג. די טעאריע איז געווען אז אויב די מענטשן וועלן זיין פאראנטווארטליכט פאר די וואוילזיין פון סאסייאיטי וועלן זיי אויסנוצן זייערע כשרונות צום מאקסימום.
עס איז אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז קאמוניזם וועט נישט ארבעטן מיט אזויפיל מענטשן אינאיינעם ווייל מען וועט נישט קענען האלטן קיין קאנטראל. די טעאריסטן האבן פארגעשלאגן אז לענדער און שטעט זאלן צעטיילט ווערן צו גרויסע גרופעס אין וועלכע יעדע וועט האבן אן אייגענע רעגירונג און א סופרים רעגירונג וועט פארזיכערן אז אלעס קלאפט.
שורה 61:
עס זענען געווען די צוויי מענטשן, [[קארל מארקס]] און [[פרידריק ענגעלס]], וועלכע האבן אויסגעלייגט די יסודות אויף וועלכע קאמוניזם איז געבויט געווארן אינעם [[21סטער י"ה|21סטן יארהונדערט]]. ביידע זענען געווען געלערנטע [[דייטש]]ן (מארקס א איד) און האבן געארבעט אלס [[דזשורנאליסט]]ן און [[פאליטישע]] אקטיוויסטן. די צוויי זענען ארומגעגאנגן אין די גרויסע אייראפעאישע שטעט צו פארשפרייטן זייערע קאמוניסטישע געדאנקען און האבן געגרינדעט א קליקע פון נאכפאלגער.
 
אין 1848 האט די קליקע פובליצירט א מעניפעסטאו אין וועלכע די צוויי האבן אפגעווארפן אלע רעפארם פלענער און געגעבן צו עקלערן מיט סייענטיפישעוויסנשאפטלעכע חשבונות פארוואס קאמוניזם וועט זיין אן [[עקאנאמיע]] וואס וועט ארבעטן. צווישן זייערע ווערטער איז באקאנט וואס זיי האבן פאראויס געשריבן אז קאמוניזם איז א קראפט פאר זיך אליינס צו וועלכע א [[רעגירונג]] קען זיך נישט קעגנשטעלן אויב די איינוואוינער ווילן דאס.
 
מיט טיפזיניגע ווערטער האבן די צוויי געגעבן צו עקלערן אז די איינציגסטע שוועריקייט צו דאס לעבן אין די היינטיגע סאסייאיטי איז דער פאקט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי א קלאס. לויט זיי איז א קלאס אפגעטייטש געווארן אלס א גרופע פון מענטשן אינערהאלב א סאסייאיטי וואס טיילן די זעלבע סאציאלע און עקאנאמישע סטאטוס. קלאס געפעכטן זענען פארגעקומען אין אלע פריערדיגע סאסייאיטיס אין היסטאריע, און אין יעדע פאל איז עס געווען א קליינע גרופע מענטשן וואס האבן קאנטראלירט די פראדוקציע פון די סאסייאיטי, ווי לאנד, מאטריאלן, געצייג און מאשינערי, ארבעט, און געלט. דאס איבעריגע פאלק האט געהאט זייער ווייניג און די איינציגסטע קראפט זייערע איז געווען דער קראפט פון גיין ארבעטן. אבער וויבאלד די רעגירונג האט אויסגענוצט צופיל פון די פרוכט וואס די ארבייטער האבן ארויסגעגעבן האט דאס געמאכט דעם ארבייטער פארלירן זיין חשק צו ארבעטן און פראדוקציע איז דערפאר שטענדיג פארמינערט געווארן.
שורה 116:
די רעגירונג אונטער סטאלין האט באלד אנגעהויבן בויען הונדערטער פעקטאריס וועלכע האבן פראדוצירט מאשינערי געצייג, אויטאמאבילן, מאטארן, עירקרעפט, דזשענערעיטארס, כעמיקאלן, אייזן, קוילן, און אויל. אבער סטאלינ'ס צוגאנג צו קאמוניזם איז געווען אנדערש ווי לענין וועלכער האט זיך באטראכט אלס א מעסיגער. סטאלין האט גענוצט די פולע מאט פון די רעגירונג פאר דעם קאמוניזם איבערטויש און האט געארדענט די ארעסטן פון צענדליגער טויזנטער וועלכע האבן געהאט אנדערע מיינונגן. די ארבעט איז געטאן געווארן דורך א פריש געגרינדעטע פאליציי כוח וועלכע האט זיך גערופן די עם-קעי-ווי-די. די ארעסטירטע זענען געפייניגט געווארן און הינריכטעט געווארן אין פובליק אן באקומען א געהעריגע משפט און אסאך אנדערע זענען פארשיקט געווארן צו ארבעט'ס לאגערן אין סיביר.
 
עס ווערט געשאצט אז איבער 10 מיליאן מענטשן זענען ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן צו פארשידענע שטראפן דורכאויס די סטאלין הערשאפט נאר צוליב זייער קעגנערשאפט צו קאמוניזם. די ספעציעלע פאליציי כוח האט דירעקט געצילט געלערנטע מענטשן (סייענטיסטןוויסנשאפטלער, ארטיסטןקינסטלער, שרייבער, און שפילער) וועלכע האבן געהאט איינפלוס וואס האט געקענט זיין א שטער צו קאמוניזם.
 
ווי געזאגט האט סטאלין נישט געשטרעבט פאר א קאמוניסטשע אויסערן פאליסי נאר האט זיך פארנומען מיטן שטארקן דעם סאוועטן־פארבאנדס גרעניצן צו פארזיכערן רוסלאנד פון צוקונפטע מלחמות איבער קאמוניזם. אבער סטאלין האט קיינמאל נישט אפגעווארפן געלעגנהייטן פון וועלכע דער סאוועטן־פארבאנד האט געקענט פארדינען. דער פאליסי האט געברענגט די דייטשע-סאוועט "נישט־אגרעסיע פאקט" אין וועלכע די צוויי לענדער האבן געשוואוירן פריינטשאפט אריינגייענדיג אין דער צווייטער וועלט קריג. דער פאקט איז פארשטייט זיך איבערגעריסן געווארן אין 1941 ווען נאצי דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד און עס אריינגעשלעפט אין דער צווייטער וועלט קריג וועלכע האט געפירט רוסלאנד זיך אנצושליסן מיט די אליאירטע לענדער וועלכע האבן אינאיינעם עווענטועל באזיגט נאצי דייטשלאנד.
שורה 180:
דער פראגראם איז שפעטער באקאנט געווארן אלס די "גרעיט ליפ פארווערד" וועלכע האט עווענטועל געברענגט א צוזאמענפאל פון כינע'ס עקאנאמיע און גרויסע נארטוליכע קאטאסטראפעס וועלכע האבן אומגעברענגט מיליאנען דורכאויס צענדליגער יארן. א דריטל פון כינע'ס וועלדער זענען אויסגעהאקט געווארן פאר די פראדוקציע פון האלץ און דאס האט ארויפגעברענגט די וואסער שטאפלן און געברענגט פארפלייצונגן אין די גרויסע שטעט (געוואוקסן נוצן אויס אסאך וואסער און אויב זיי ווערן עלימינירט פליסט אריין צופיל רעגן וואסער אין די טייכן).
 
די פראבלעמען האבן געברענגט פרישע באוועגונגן קעגן קאמוניזם און האט דעגרייכט איר קלימאקס אין 66' ווען מאא האט געשפירט אז זיין אייגענע רעגירונג האט פלענער צו אדאפטירן נייע דעמאקראטישע פאליסיס. מאא האט דאן געארדענט זיין מיליטער צו שטערן די בייזוויליגע פלענער קעגן קאמוניזם און געגרינדעט א פראגראם, וועלכע איז גערופן געווארן די גרויסע קולטוראלע רעוואלוציע, אין וועלכע א ספעציעלע אפטיילונג פון די מיליטער אונטער'ן נאמען די רויטע וועכטער האבן געפייניגט סייענטיסטןוויסנשאפטלער און פארשלאסן שולעס, צוברענכדיג די אייגענע עקאנאמיע נאר כדי צו שטערן דעמאקראטיע. דער מצב איז געווארן אזוי שלעכט אז אין 67' האט די רעגירונג געמוזט אריינשיקן דאס מיליטער צו האלטן ארדענונג אין לאנד צוליב די גרויסע מאס פארברעכנס וואס די ארימקייט האט געברענגט.
א טויש אין כינע איז אנגעקומען אין די פריע 70'גער יארן ווען מאא אליינס האט איינגעזען אז ער איז באגאנגן גרויסע טעותים און האט צוריק גערופן אפיציעלן וועלכע ער האט יארן פריער ארויסגעווארפן. די רעגירונג האט אנגעהויבן נאכלאזן אין פארשידענע הינזיכטן און די וועלט האט דאס אויפגענומען מיט גרויס צופרידנהייט און אלס רעזולטאט האט כינע געווינען איר זיץ אין די יו-ען וועלכע איז געווען אונטער פראגע אויב טייוואן זאל דאס באקומען אלס די ריכטיגע כינעזער. אין 72' האט אמעריקע'ס פרעזידענט ריטשארד ניקסאן באזוכט כינע און אונטערגעשריבן די שאנכאי קאמיוניק אין וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האט נארמאליזירט באציאונגן מיט כינע און איר פארזיכערט אז איר קאנפליקט מיט טייוואן וועט געלעזט ווערן אן קריג.