אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:פאליטישער וויסנשאפט צו קאַטעגאָריע:פאליטישע וויסנשאפט
אין תקציר עריכה
שורה 96:
לענין'ס נייע רעגירונג האט זיך באלד ארויסגעצויגן פון די וועלט קריג דורך פארהאנדלן מיט [[דייטשלאנד]] וועלכע האט איר געקאסט אסאך לאנד. אבער לענין האט נישט יעצט אינטרעסירט לאנד נאר סטאביליטעט און האט זיך זאפארט גענומען בויען זיין רעגירונג וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די [[סאוויעט פעדערעיטעד סאציאליסטישע רעפובליק]].
 
די נייע רעגירונג האט באלד געגעבן די קאנטראל פון פירמעס צו די ארבייטער, אייניגע רעכט צו מענער און פרויען, די פונאנדערטיילונג צווישן רעליגיע און שטאאט, און אנגעהויבן ארבעטען אויף פראגראמען וועלכע האט געמוטיגט נאטור-פארשונג-[[סייענסוויסנשאפט]], [[ליטעראטור]], און ארט-קונסט. א פלאן איז אויסגעלייגט געווארן פאר א פרייע העלט קעיר סיסטעם, א פרייע ערציאונג סיסטעם, פענסיעס צו אלע ארבייטער, און וואוינונגען פראגראמען, פאר יעדן אייניג. די רעגירונג איז באטראכט געווארן אלס די רעגירונג צו די מענטשן אין וועלכע קיין איינער, אפילו נישט לענין, האט באקומען באצאלט מער וויפיל א געלערנטער ארבייטער באקומט אין ביזנעס.
 
אבער די קאמוניסטישע רעגירונג איז נישט געגאנגן געשמירט אין די ערשטע יארן. רוסלאנד איז געווען אן ארים לאנד און סיי לענין און אויך מארקס און ענגעלס האבן געהאלטן אז זי וועט נאר קענען מצליח זיין אויב אויך אנדערע [[אייראפע]]אישע לענדער וועלן גיין צו קאמוניזם. דאס האט אבער נישט פאסירט הארט נאך די מלחמה ווען [[פינלאנד]], [[דייטשלאנד]], [[אונגארן]] און נאך לענדער האבן געצויגן לינקס. לענין האט שווער געארבעט צו באקומען נאך לענדער און נאר די רוסיש טעריטאריע ארומגענומענע מאנגאליע איז אים געלונגן צו באקומען. אויך פון אינעווייניג האט לענין געהאט אסאך שוועריקייטן ווען א רייע לינקע גרופעס האבן פרובירט זיך קעגנשטעלן די רעגירונג. לענין האט אויסגעליידיגט די רעגירונג פון יעדן פארדעכטיגטן און האט געארדענט זיין רויטע ארמיי צו באקעמפן די קאנטער-רעוואלוציאנערן. ביז 1921 איז רוסלאנד געווען אין א פולשטענדיגע ציווילע קריג צווישן די רויטע (קאמוניסטן) און ווייסע (אנטי-קאמוניסטן). לענין'ס רעגירונג האט אין יענע יארן אויפגעשטעלט א געהיימע פאליציי קראפט וועלכע האבן טעראריזירט, ארעסטירט, און אומגעברענגט צענדליגער טויזנטער אפאנענטן.
שורה 102:
דורכאויס די קריג האט די קאמוניסטישע רעגירונג ווייטער אנגעהאלטן איר איבערגאנג פון [[קאפיטאליזם]] צו קאמוניזם אויף א ברייטן פארנעם. די רעגירונג האט נאציאנאליזירט אלע בענק, אינשורענס פירמעס (פארזיכערונג פירמעס), באן-רעלסן, און גרויסע פעקטאריס ([[פאבריק]]ן). אלע פריוואטע [[קאמערץ]] איז פארבאטן געווארן און אלע [[תבואה]] פון די פארווייטערטע געגענטער איז צוזאמענגעקליבן געווארן צו שפייזן דאס פאלק.
 
דער [[עקאנאמיע|עקאנאמישער]] מצב איז נאר ערגער געווארן מיט יעדע פארבייגייענדיגע מאנאט ווען [[אינפלאציע]] איז דראסטיש געשטיגן, פראדוקציע איז פארמינערט געווארן, און מיליאנען שטאטישע איינוואוינער זענען געגאנגען ארבעטן אויף די פעלדער צו קענען בלייבן ביים לעבן. אין דער זעלבער צייט האבן [[בריטאניע|בריטן]], די [[פאראייניגטע שטאטן]], [[איטאליע]], [[דייטשלאנד]], און נאך קאפיטאליסטישע לענדער געשיקט הילף צו די אנטי-קאמוניסטן קעמפער און האבן געלייגט עקאנאמישע סאנקציעס איבער רוסלאנד. דאס האט נאכמער פארערגערט דעם מצב און מיט פארמערטע ארימקייט האט אויסגעבראכן פארשיידענע קראנקהייטן און מענטשן זענען געשטארבן אין די מאסן. א געשאצטע 7 ביז 8 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנ'ס אין די צוויליע קריג פון וועלכע איבער 5 מיליאן זענען געווען ציווילע מענטשן.
 
די קאמוניסטן האבן שטארק געוואונען אבער דאס איז געקומען מיט א פרייז. דער עקאנאמישער מצב איז געווען א קאמפלעט קאטאסטראפע און די רעגירונג איז געווען געצווינגן נאכצולאזן פארשיידענע קאמוניסטישע פאליסיס צו העלפן צוריק אויפבויען דאס לאנד. די רעגירונג האט אויפגענומען נייע סטראטעגיסטן און פראפעסארן און ביוראקראטיע איז צוריק איינגעשטעלט געווארן. די רעגירונג האט ווייטער אנגעהאלטן [[פינאנץ]], [[טראנספארטאציע]], שווערע אינדוסטרי, און אויסערן האנדל אבער האט צוריק פריוואטיזירט אסאך אנדערע ביזנעסער און האט געלאזט מענטשן מאכן דאמעסטישע ביזנעס. דער ערהוילונג'ס פלאן האט געארבעט און ביז עטלעכע יאר האט דאס לאנד אפגעאטעמט פון דעם גרעסטן טייל פון די קאטאסטראפע.
שורה 129:
קרוטשעוו איז אין פאקט געווען א געטרייער לוטענענט פון סטאלין אבער איינמאל ער האט איבערגענומען די פירערשאפט האט ער ברייט אראפגעריסן סטאלין'ס דיקטאטורישאפט ווועלכע איז באקאנט געווארן אלס די דע-סטאליניזאציע תקופה. הונדערטער טויזנטער ארעסטאנטן זענען ארויסגעלאזט געווארן פון טורמע און מיליאנען אנדערע האבן באקומען לייכטערע שטראפן ווי ארגינעל פאראורטיילט. קרוטשעוו האט קלאר געמאכט אז די סאוויעט יוניאן איז א שטאאט פאר יעדן און מער נישט קיין דיקטאטורישאפט.
 
אבער די די-סטאליניזאציע האט אינגאנצן נישט געמיינט א די-קאמוניזימאציע אין קרוטשעוו'ס אויגן. זיין רעגירונג האט גענוצט די אנטי סטאלין באוועגונג אלס א ציל צו הייבן די גייסט פון קאמוניזם און דאס האט זייער גוט געארבעט ווען דאס פאלק האט מיטגעשפילט און זיך פרובירט פארגלייכן מיט די ערייכונגן פון אמעריקע. רוסישע אנאליסטן האבן פאראויס געזאגט אז רוסלאנד וועט זיין אייניג ווי די אמעריקאנער לעבנ'ס סטיל ביז די 80'גער יארן און דאס האט געשטופט יונגע רוסישע סטודענטן צו פילע ערייכונגן אין טעכנאלאגיע אין סייענסוויסנשאפט, אריינגערעכנט די ספעיס פראגראם אין וועלכע רוסלאנד איז געווען מער פארגעשריטן ווי אמעריקע אין די ערשטע יארן.
 
קרוטשעוו האט טאקע דעליווערט וואס ער האט צוגעזאגט, אבער זיין רעגירונג איז געווען די וואס האבן געצאלט דעם פרייז. קרוטשעוו איז באקאנט געווען מיט זיינע טיפע רעגירונג אויפשאקלונגן וועלכע ער האט עטליכע מאל אויפגעלעזט און ארומגעביטן, ביז ער איז געבליבן דער איינציגסטער קאבינעט באאמטער וואס איז פארבליבן מיט זיין ארגינעלע פאסטן זינט ער איז געווארן פארטיי סעקרעטאר. דאס האט געפירט ליאניד ברעזנעוו צו ברענגן קאנספיראציע'ס איבער די רעגירונג און צעביסלעך האט ער איבערגעצייגט די קאמוניסטישע פארטיי פירער צו באזייטיגן קרוטשעוו און ער האט איבערגענומען זיין ארט. דאס איז געווען אין 964' ווען קרוטשעוו איז געצווינגן געווארן צו רעזיגנירונג, און ברעזנעוו אינאיינעם מיט א געלערנטער עקאנאמישע אדמיניסטראטער האבן איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג וועלכע איז געשטאנען אין אירע בעסטע יארן זינט די צווייטע וועלט קריג.
שורה 340:
די פירער פון די לענדער זענען געווען ביי דער מיינונג אז ערשט דארף זיין [[שלום]] און דערנאך וועט מען ארבעטן אויף די עקאנאמיע. אין רוב פון די לענדער איז דער פאליטישער מצב געווען [[קריג]]ערייען און מלחמות און נאר קאמוניזם האט אויסגעזען צו זיין דער צוקונפט און מען האט געהאפט אז איינמאל די מענטשן וועלן לעבן בשלום וועט די עקאנאמיע אויטאמאטיש ארבעטן. דאס איז אבער געווען א פֿאַטאַלער טעות און אנשטאט אויפגעבן קאמוניזם האבן אירע פירער זיך באשיצט אונטער מאכט ביז עס איז מער נישט געווען קיין ברירה.
 
ווען [[סאוויעט רוסלאנד]] איז ענדליך צוזאמענגעפאלן און מיטגענומען מיט זיך רוב קאמוניסטישע לענדער, האבן די פארבליבענע קאמוניסטישע לענדער זיך רעפארמירט צו קענען בלייבן ביים לעבן. די טראנספארמירונג איז טיילמאל געגאנגן אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג איז נישט געווען צום דערקענען. די איינציגסטע צוויי לענדער וועלכע זענען געבליבן מיט די ארגינעלע ארטאדאקסישע קאמוניזם איז [[קובא]] און [[צפון קארעא]], כאטש אויך זיי זענען געווען געצווינגן צו טוישן גאנג עטליכע מאל צו קענען שפייזן דאס פאלק. אין ביידע לענדער זענען די ארגינעלע פירער נאך אלץ אין מאכט און דאס איז דער הויפט סיבה צו דעם פאקט. אין קובא איז [[פידעל קאסטרא]] נאך אלץ פירער , און ווען ער וועט שטארבן האט ער א ברודער וואס וועט אים איבערנעמען, און אין צפון קארעא איז [[קינג דזשאנג איל]] דער זון פון דעם גרינדער פון די רעזשים.
 
די שאנסן אז א קאמוניסטישע באוועגונג זאל נאכאמאל ארומגיין אין די וועלט איז רחוק מן השכל. 95 פראצענט פון קאמוניסטישע רעזשימען זענען צוזאמענגעפאלן און די פארבליבענע האבן זיך רעפארמירט און האבן נישט קיין אייניגע מאדעל סיסטעם וואס ווערט נאכגעפאלגט. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס דער צוקונפט וועט ברענגן, אבער ווען מען באטראכט דער גאנצער [[היסטאריע]] און פראקטיק איז נישטא וואס צו זארגן אז דאס וועט אמאל צוריק קומען. קאמוניזם איז געווען א דורכפאל פון אנהייב אָן און איז נאר געגאנגן מטה מטה ווי ווייטער.