אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אסיפ מאנדעלשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
{{יתום}}
אין תקציר עריכה
שורה 7:
אין נאָוועמבער 1933 האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אַן אַנטי-סטאַליניסטישע עפּיגראַם און זי פאָרגעלייענט פאַר אַ קליינעם עולם. באָריס פּאַסטערנאַק האָט עס אָנגערופן "זעלבסטמאָרד". אין מײַ 1934 איז אָסיפּ מאַנדעלשטאַם אַרעסטירט און פאַרשיקט געוואָרן. אין מײַ 1937 האָט מען אים דערלויבט זיך באַזעצן אין [[מאָסקווע]]. אין מײַ 1938 איז אָסיפּ אַנדעלשטאַם אַרעסטירט געוואָרן צום צווייטן מאָל. מע האָט אים פאַרשיקט אין אַ לאַגער אויפן ווײַטן מזרח. אין דעצעמבער פון דעם זעלבן יאָר איז ער געשטאָרבן פון טיפוס אין לאַגער ניט ווײַט פון [[וולאדיוואסטאק|וולאַדיוואָסטאָק]].
 
יידישע איבערזעצונגען פון אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס לידער האָבן זיך באַוויזן נאָר אין נאָך-סאָוועטישן פּעריִאָד. אין 1993 איז אין [[מאָסקווע]] דערשינען דאָס בוך "מײַן קליינע אַנטאָלאָגיע פון דער רוסישער דיכטונג אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט". אין אים זײַנען אַרײַן איבערזעצונגען געמאַכטע דורך ארהןאהרן ווערגעליס, בתוכם 5 אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס לידער. דעם גרעסטן בײַטראָג אינעם איבערזעצן אין ייִדיש ווערק פון מאַנדעלשטאַמען האָט געמאַכט משה יואל מאַטווייעוו. ער האָט פאַרעפנטלעכט זיי אינעם אַמעריקאַנער וועב-זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד", ווי אויך אינעם פּעטערבורגער זשורנאַל "דער נײַער פרײַנד". באַזונדערע לידער פון מאַנדעלשטאַמען זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן דורך [[מרדכי ליטווין]] און [[וועלוול טשערנין]].