אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה זלמן אויערבאך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 15:
רבי שלמה זלמן איז געווען דאס ערשטע קינד געבוירן אין דעם [[שערי חסד]] פערטל פון [[ירושלים]] געגרינדעט דורך זיין זיידן הרב [[שלמה זלמן פרוש]], נאך וועמען ער האט געהאט א נאמען. ער איז געבוירן כ"ג תמוז [[ה'תר"ע]]. זיין פאטער איז געווען הרב [[חיים יהודה לייב אויערבאך]], [[ראש ישיבה]] פון דער מקובלים ישיבה [[ישיבת שער השמים|שער השמים]]; ער האט געשטאמט פון הרב [[אברהם דוב בער אויערבאך (כמעלניק)|אברהם דוב בער אויערבאך]] (פאטער פון דער אויערבאך משפחה), וואס איז געווען אן איידעם פונעם [[יעקב יוסף פון פולנאה|תולדות יעקב יוסף]] פון [[פאלאנע]] און א מחותן פונעם [[בעל שם טוב]]). זיין מוטער צביה איז געווען פון דער ירושלמי [[פרוש משפחה]], א טאכטער פון הרב שלמה זלמן פרוש.
 
הרב אויערבאך האט געלערנט אין [[ישיבת עץ חיים]], וואו ער איז געווארן א תלמיד מובהק פון הרב [[איסר זלמן מעלצער]], וואס האט געגעבן א הסכמה אויף זיין ספר [[מאורי אש]], וואס איז פארעפנטלעכט געווארן אין תרצ"ה; אויך ברענגט ער רבי שלמה זלמן אין זיין ספר [[אבן האזל]]. דער ספר מאורי אש, וואס ער האט ארויסגעגעבן ביי דער עלטער פון 24, האט זוכה געווען אויך צו הסכמות פון הרב [[אברהם יצחק הכהן קוק]], הרב [[אבא יעקב הכהן באראכאוו]] און הרב [[חיים עוזר גראדזענסקי]].{{הערה|{{HebrewBooksPageהיברובוקס|שלמה זלמן אויערבך|מאורי אש|8861|ירושלים תרצ"ה|7}}}}
 
אום י"ד אדר [[ה'תר"צ]] האט ער געהייראט חיה רבקה רוחמקין. נאך דער חתונה האט ער געלערנט ווייטער אין ישיבת עץ חיים. פון תרצ"ה האט ער געלערנט נאכמיטאג אינעם כולל של הרב [[צבי פסח פראנק|הירש פסח פראנק]], "מדרש בני ציון", וואו מ'האט עוסק געווען אין [[סדר זרעים]] און הלכות [[מצוות התלויות בארץ]].