אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד לאו"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'קליין|הרב דוד לאו הרב '''דוד ברוך לאַו''' (געב' כ"א טבת תשכ"ו) איז דער נעקסט...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 11:16, 5 אויגוסט 2013

הרב דוד ברוך לאַו (געב' כ"א טבת תשכ"ו) איז דער נעקסטער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געווען דער ערשטער רב פון שוהם און נאכהער דער הויפט רב פון מודיעין. ער איז א זון פון הרב ישראל מאיר לאו, א פריערדיקער הויפט רב פון ישראל און היינט הויפט רב פון תל אביב.

הרב דוד לאו

ביאגראפיע

הרב דוד איז געבוירן געווארן אין תל אביב, כ"א טבת תשכ"ו, צו זיין פאטער הרב ישראל מאיר לאו און זיין מוטער מרת חיה יוטא, א טאכטער פון הרב יצחק ידידיה פרענקל. ער האט געלערנט אין יישוב החדש אין תל אביב און אין בית מתתיהו אין בני ברק.

ער האט געהייראט צפורה, די טאכטער פון הרב יצחק רלב"ג, א מיטגליד פונעם הויפט-ראבינאט ראט און אן אמאליגער פארזיצער פונעם ירושלימער רעליגיע-ראט, און זיין ווייב הדסה.

ער איז געווארן דער ערשטער רב פונעם יישוב שוהם. ווען מ'האט אויפגעשטעלט די שטאט מודיעין האט מען באשטימט הרב דוד דעם אשכנזישן הויפט רב.

ער האט רעדאקטירט די שו"ת "יחל ישראל" פון זיין פאטער, הרב ישראל מאיר לאו.

י"ז אב תשע"ג האט מען אים געוויילט דעם אשכנזשישן הויפט רב פון ישראל, ביי די 47 יאר, דער יונגסטער צו ווערן געוויילט צו דעם אמט. ער האט געהאט דעם שטיץ פונעם פרעמיער מיניסטער, בנימין נתניהו, און פון די ש"ס און יהדות התורה פארטייען.


פֿריערדיגער:
הרב יונה מעצגער
אשכנזישער הויפט רב פון ישראל
תשע"ג -
נאָכפֿאלגער:
היינטיגער