אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בלוט צירקולאציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
די '''בלוט צירקולאציע''' איז די סיסטעם וואס בלוט שטראמט ארום דעם קערפער, פאמפירט פונעם [[הארץ]] דורך די [[אדערן]] און נאך וועגן וויאזוי צוציקומען צו די קלענסטע [[צעלן]] פונעם קערפער. אויך מאכט דאס ווארעם דעם קערפער. די לענג פון אלע אדערן אין א מענטש איז אומגעפער 100,000 ק"מ.
 
די אדערן וואס פירן [[בלוט]] פונעם הארץ הייסן [[ארטעריע]]ס.
 
די אדערן וואס פירן בלוט צום הארץ הייסן [[ווענע]]ס.
 
דאס הארץ איז דער צענטרעפונקט פון צוויי סיסטעמען. די הויפט סיסטעם פירט בלוט מיט [[זויערשטאף]] פונעם הארץ ארום דעם קערפער דורך די ארטעריעס. פון די ארטעריעס שטראמט דאס בלוט אין קליינע [[קאפילאריע]]ס (אדערלעך) דורך א געוויסן טייל פונעם קערפער, און פון דאנעט אריין אין די ווענעס, אנגעלאדן מיט [[קארבאן דיאקסייד]], צוריק צום הארץ.
 
די צווייטע בלוט צירקולאציע סיסטעם איז די לונגען סיסטעם, וואו דאס בלוט פונעם הארץ (ד"ה פונעם קערפער) ווערט געפירט דורך דער לונג־ארטעריע צו די [[לונג]]ען. אין די לונגען ווערט דאס בלוט גערייניקט פון קארבאן דיאקסייד און אנגלעאדן מיט זויערשטאף, און שטראמט צוריק צום הארץ דורך דער לונג־ווענע.
 
 
== וועבלינקען ==
{{קאמאנסקאט|{{#אייגנשאפט:p373}}}}
 
{{קערפער סיסטעמען}}