אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:שרייבן און סטיל אנווייזונגען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q4994848 (translate me)
אין תקציר עריכה
 
שורה 10:
ניצן יידיש. ווען איר שרייבט אן ארטיקל וועגן דער הויפטשטאט פון פוילן, גיט אים א נאמען "ווארשע", נישט "ווארשאווא". זעט אויך: [[װיקיפּעדיע:נאמען פון ארטיקל]].
נישט ניצן קיין פינטלעך. מען גיט א טיטל "פארע", נישט "פּאַרע".
 
==ערשטער זאץ==
ווען נאר מעגלעך, זאל די טעמע פונעם ארטיקל (וואס איז געווענלעך אויך זיין טיטל) זיין דער [[סוביעקט]] פונעם ערשטן זאץ. למשל, דער ארטיקל [[ארץ ישראל]] הייבט אן "'''ארץ ישראל''' איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח" און נישט "דאס איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח".
 
ווען דער טיטל פונעם ארטיקל איז א חשוב ווארט, זאל מען אים ניצן וואס פריער אינעם ארטיקל. מאכט דיק דעם ארטיקל טיטל דאס ערשטע (אבער ''נאר'' דאס ערשטע) מאל מען ניצט אים. ווי אויך זאל מען מאכן וויכטיקע [[סינאנים|סינאנימען]] – אנדערע נעמען פאר דער זעלבער זאך, אדער פריערדיקע נעמען. מען ניצט דריי אפאסטראפן צו מאכן דיק: <code><nowiki>'''אַרטיקל טיטל'''</nowiki></code> וועט ווײַזן זיך '''אַרטיקל טיטל'''</span>.
 
קיין אנדערע ווערטער אינעם ערשטן פאראגראף זאל מען נישט מאכן דיק, כדי דער לייענער זאל נישט ווערן צעמישט.
 
די דיקע טיטל ווערטער און סינאנימען טוט מען נישט פארלינקען. למשל, מען שרייבט נישט "'''ארץ [[ישראל]]''' איז …"
 
די נעמען פון ביכער אד"ג לייגט מען געווענלעך קורסיוו; דאס קען ווערן קאמבינירט מיט דיקן טעקסט, אזוי
 
<blockquote>
'''''מאטל פייסע דעם חזנס''''' איז א [[בוך]] געשריבן געווארן דורך דעם וועלט בארימטן [[שרייבער]] [[שלום עליכם (שרייבער)|שלום עליכם]].
</blockquote>
 
ווען אן ארטיקל באשרייבט א פרעמדן מענטש אדער ארט, גיט מען דעם נאמען אין דער אריגינעלער שפראך איינגערינגלט גלייך נאך ווען מען דערמאנט דעם טיטל צום ערשטן מאל. דעם נאמען פון דער שפראך זאל ווערן פארבונדן מיט א לינק, נאכדעם א צווייפינטל (:), גלייך פאר דעם פרעמדן נאמען. אויך זאל מען געבן א טראנסליטעראציע אין א"ב. צום ביישפיל:
 
<blockquote>
'''בייזשינג''' ([[כינעזיש]]: 北京 /ביידזשינג/) איז די הויפטשטאט פון [[כינע]].
</blockquote>
 
 
== זיך האלטן צו איין סטיל ==