אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשר שווארצמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
יתום
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
 
ער איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף ווילניע פון דער [[קיִעווער גובערניע]], [[רוסלענדישע אימפּעריע]], (היינט [[אוקראַיִנע]]) אין אַ פרומער יידישער משפּחה. ער האָט פאַרבראַכט זײַן פריִע קינדהייט אינעם שטעטל [[קאָראָסטישעוו]] (אין איצטיקער [[זשיטאמירער גובערניע|זשיטאָמירער גובערניע]] פון אוקראַיִנע) און אינעם דאָרף נאָווינקע ניט ווײַט פון [[קיִעוו]]. דער קומענדיקער דיכטער האָט זיך געלערנט אין חדר. אין נאָווינקע האָט דער יונגער אָשר שוואַרצמאַן זיך באַקענט מיט [[חיים נחמן ביאַליק]], וועלכער פלעג קומען אין דעם דאָרף צו באַזוכן זײַן שווער. אָט די באַקאַנטשאַפט האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף שוואַרצמאַנען.
 
אין 1905 איז אַשר שוואַרצמאַן אַריבערגעפאָרן קיין קיִעוו צו זײַן עלטערן ברודער דוד. אונטער זײַן השפּעה האָט ער אָנטיילגענומען אין רעוואָלוציִאָנערע געשעענישן פון יענעם יאָר. נאָך דעם איז אָשר שוואַרצמאַן אַוועקגעפאָרן קיין [[בערדיטשעוו]] און אַ געוויסע צײַט געלעבט דאָרט, זענענדיק אַ לערער פון העברעיִש. אין דער זעלבער צײַט האָט ער אָנגעהויבן צו שרײַבן לידער, לכתחילה – אויף [[אוקראַיִניש]]. אין 1909 האָט ער זיך אומגעקערט קיין קיִעוו, וווּ ער האָט זיך דערנעענטערט צו אַ גרופּע סאָציִאַליסטיש אָריענטירטע יונגע ייִדישע ליטעראַטן: די פּאָעטן [[אהרן קושניראָוו]] און דוד האָפשטיין (שוואַרצמאַנס שוועסטערקינד), דעם פּראָזאַיִקער דוד בערגעלסאָן, די קריטיקער נחום אויסלענדער און נחמן מײַזיל. אונטער זייער השפּעה האָט אָשר שוואַרצמאַן אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש.