אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשר שווארצמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ' אָשר שוואַרצמאַן (1889 – 1919) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער. ער איז געבוירן געוואָרן אינע...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 5:
אין האַרבסט 1917 האָט אָשר שוואַרצמאַן זיך אומגעקערט קיין קיִעוו. דאָ האָט ער געאַרבעט אַלס קאַרעקטאָר אין בונדעסטישער "פאָלקס-צײַטונג". די פּאָגראָמען-כוואַליע, וועלכע איז באַפאַלן דאָס אוקראַיִנישע ייִדנטום מצד אוקראַיִנישע נאַציִאָנאַליסטן, רוסישע ווײַס-גוואַרדייער און אַזוי גערופענע "גרינע" באַנדעס, האָט באַוועגט דעם דיכטער פרײַוויליק אַרײַנטרעטן אין דער רויטער אַרמיי, ווײַל זי איז באַטראַכט געווען אין יענער צײַט ווי די איינציקע באַשיצערן פון דער ייִדישער באַפעלקערונג. אָשער שוואַרצמאַן איז אומגעקומען אום האַרבסט 1919 אין אַ שלאַכט לעבן דעם שטעטל ראַפאַלאָווקע (אין איצטיקער ראָוונער געגענט פון אוקראַיִנע).
עס האָבן זיך אָפּגעהיט בלויז בײַ 60 לידער פון אָשר שוואַרצמאַנען. אָבער אויך די קליינע שעפערישע ירושה דערמעגלעכט טענהן, אַז אָשר שוואַרצמאַן איז געווען איינער פון די גרעסטע ייִדישע דיכטער פונעם אָנהייב 20טן יאָרהונדערט.
 
===== זאַמלונג פון זײַנע לידער =====
 
אַלע לידער און בריוו, מאָסקווע, 1961