אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עמנואל קאזאקעוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 12:
נאָך דער מלחמה האָט ער אָנגעהויבן צו שרײַבן פּראָזע אויף רוסיש. זײַנע ערשטע פּראָזע-ווערק האָט ער געשאַפן סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף רוסיש. דאָס זײַנען געווען די גרעסערע דערציילונג "די גרינע שאָטנס" ([[מאָסקווע]] 1947 און [[וואַרשע]] 1954), וואָס איר רוסישער וואַריִאַנט איז אָנגערופן געוואָרן «Звезда» (בוכשטעבלעך - "דער שטערן"), און דער ראָמאַן "דער פרילינג אויפן אָדער" ([[מאנטעווידעא|מאָנטעווידעאָ]] 1950), וואָס הייסט אויף רוסיש "Весна на Одере". אָט די ווערק האָבן באַרימט געמאַכט קאַזאַקעוויטשן אַלס רוסישער פּראָזע-שרײַבער.
 
זײַנע שפּעטערדיקע פּראָזע-ווערק האָט ער געשריבן בלויז אויף רוסיש און בלויזנאָר פון צײַט צו צײַט פאַרעפנטלעכט אויף ייִדיש אַרטיקלען אין דער וואַרשעווער צײַטונג "[[פאָלקס-שטימע]]". דאָס רוב קאַזאַקעוויטש פּראָזע-ווערק זײַנען געווידמעט דער צווייטער וועלט-מלחמה.
 
ער איז נפטר געווארן אין 1962 אין [[מאָסקווע]], און באערדיקט געווארן אינעם [[נאוואדעוויטשער בית עולם]].