אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טריגאנאמעטריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
באניץ פון טריגאנאמעטריע אין קארטאגראפיע
שורה 74:
 
פעלדער וואס ניצן טריגאנאמעטריע אדער טריגאנאמעטרישע פונקציעס שליסן איין [[אסטראנאמיע]] (ספעציעל פאר פלאצירן כלומרשטיקע פאזיציעס פון הימלישע אביעקטן, אין וואס ספערישע טריגאנאמעטריע איז נייטיק) און ממילא [[נאוויגאציע]] (אויף די אקעאנען, אין עראפלאנען און אינעם קאסמאס), [[מוזיק טעאריע]], [[אקוסטיק]], [[אפטיק]], אנאליז פון פינאנציעלע מארקן, [[עלעקטראניק]], [[משמעותדיקייט טעאריע]], [[סטאטיסטיק]], [[ביאלאגיע]], מעדיצינישע בילדמאכן ([[קאמפיוטער טאמאגראפיע]] און [[אולטראשאל]]), [[אפטייקעריי]], [[כעמיע]], [[נומערן טעאריע]] (און ממילא [[קריפטאלאגיע]]), [[סייסמאלאגיע]], [[מעטעאראלאגיע]], [[אקעאנאגראפיע]], [[ערדמעסטן]] און [[געאדעזיע]], [[ארכיטעקטור]], [[פאנעטיק]], [[עקאנאמיק]], [[עלעקטרישע אינזשעניריע]], [[מעכאנישע אינזשעניריע]], [[ציווילע אינזשעניריע]], [[קאמפיוטער גראפיק]], [[קארטאגראפיע]] און [[קריסטאלאגראפיע]].
 
===באניץ פון טריגאנאמעטריע אין קארטאגראפיע ===
דער באניץ פון טריגאנאמעטריע איז דער יסוד פון מעסטן פון א שטח—פון אן ערד־שטח פאר בויען ביז א קאנטינענט. א ווינקל איז א זאך וואס מ'קען גאנץ גרינג מעסטן גענוי; דיסטאנצן זענען א סך שווערער צו מעסטן. צוליב דעם, הייבן אן די מעסטער צו איין לענג גאנץ גענוי, דאס איז די באזיס ליניע, וואס איז די ווייט צווישן צוויי באשמימטע פונקטן. נאכדעם שאפט א נעץ פון דרייעקן; מען מעסט די ווינקלען און ניצט טריגאנאמעטריע צו רעכענען די זייטן פון די דרייעקן. אזוי בויט מען אויף א דייטלעכע מאפע פון א גאנצן געגנט. די פראצעדורע ווערט גערופן [[טריאנגולאציע]]. כדי צו קאנטראלירן די רעזולטאטן, קען מען מעסטן נאך א דיסטאנץ נאכן אויספירן די טריאנגולאציע.
 
אין 1751 האט דער [[אסטראנאם]] [[ניקאל לואי דע לאקיי]] (1713 - 1762) אויסגעפירט אן אויספארש פון מעסטונגען אין [[דרום אפריקע]]. זיין הויפט ציל איז געווען צו שאפן א קאטאלאג פון שטערן אין דעם הימל פונעם [[דרום האלבקיילעך]]. כדי צו מאכן דאס דייטיק האט ער פריער געדארפט מעסטן דעם בויגן פון א פאסיגן [[מערידיאן]]. פאר דעם צוועק האט ער אנטוויקלט א טריאנגולציע פונעם געגנט ביז צפון פון [[קאפשטאט]]. זיינע רעזולטאטן האבן געוויזן אז די קרומקייט פון דעם ערד־פלאנעט אין די דרומדיקע [[גארטל ליניע (געאגראפיע)|גארטל ליניעס]] איז אסאך ווייניקער ווי אין די צפון דיקע—אן איבערראשנדיקער אויסקומפט וואס מ'האט פעסטגעשטעלט מיט שפעטערע מעסטונגען. קומט אויס אז דער [[ערד-פלאנעט]] זעט אויס אין א געוויסן זינען ווי א [[באר]]. לאקיי האט געהאט גרויסע הצלחה אין זיין ארבעט צו קאטאלאגירן די שטערן: ער האט געגעבן נעמען צו 15 פון די 88 קאנסטעלאציעס (שטערן גרופעס) וואס זענען אנערקענט היינט. ער האט אבסערווירט מער ווי 10000 שטערן, ניצנדיק א קליין רעפראקציע [[טעלעסקאפ]].
 
== סטאנדארטע אידענטיטען ==