אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 233 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q16 (translate me)
יארהונדערט
שורה 140:
מיט די יארן זענען די פראנצויזן שטערקער געווארן און האבן געגרינדעט די קוויבעקיא פארטיי און שפעטער די בלאק קוויבעיאס וועלכע רעפרעזענטירט איר אין די פעדעראלע פארלימענט. די אנגייענדיע אקטן פון די קוויבעקער און שפעטער די דורכגעפאלענע רעפערענדומס האבן געברענגט א היסטארישע אומצוטרוי צווישן די ענגלישע און פראנצויזישע קאנאדער. קוויבעק האט אויך פארלוירן איר פריינטשאפט מיט אנדערע מינאריטעט גרופעס אין קוויבעק. אזוי ווייט, אז איינע פון די קרי פירערס האט געמאלדן אז אויב קוויבעק טיילט זיך אפ פון קאנאדע וועט זי זיך אפטיילן פון קוויבעק. די קוויבעקער האבן געטאן אלס וואס מעגליך צוזאמען צוהאלטן קוויבעק אין פאל זייער חלום וועט צושטאנד קומען איין טאג זאלן זיי נישט בלייבן אויסגעשפילט ווען טיילן פון איר זעלבסט וועלן איר איבערלאזן. א ביישפיל פון אזא פאל איז געווען מיט איין יאר צוריק ווען די קוויבעקער רעגירונג האט צוזאמענגעשמאלצן אלע שטעטלעך פון מאנטרעאל און אירע ארומיגע סובורבס צו עטליכע גרויסע שטעט, אויס מורא אויב קוויבעק וועט אמאל ווערן זעלבסטשטענדיג זאלן די ענגליש רעדנדיגע באראס זיך נישט קענען אפטיילן און צוריקגיין אונטער די קאנאדישע פעדעראלע רעגירונג. (מער וועגן די פראנצויזן און זייער לאנג יעריגן היסטאריע און פאליטיק וועט נאכפאלגן טיפער אינעם ארטיקל).
 
די שווארצע זענען קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטע פראצענט אין קאנאדע'ס באפעלקערונג אבער זייער היסטאריע איז זייער אינטערעסאנט. די ערשטע שווארצע זענען אנגעקומען אין קאנאדע אין 689' ווען א גרופע פליטים פון די היסטארישע אמעריקאנער רעוואלוציע האבן מיטגעברענגט מיט זיך זייערע קנעכט און זיך באזעצט אין קאנאדע. יענע צייטן זענען געווען זייער אנגעצויגענע ווייל בריטען האט געקעמפט צו האלטן קאנטראל אין קאנאדע אז די פראנצויזן זאלן נישט פארשפרייטן זייערע פליגלן ארויס פון די קוויבעקער גרעניצן. אויך אין אמעריקע האט בריטען אנגעפירט קאמפיינען אנצוהאלטן איר עמפייער אין אלע שטעט. אלע שווארצע וואס האבן צוגעהאלפן בריטען אין אירע קאמפן האבן געוואונען פרייהייט אלס דאנקבארקייט. אין די ענדע פונעם 17'טן17טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט האבן נאווע סקאשע און באלד דערנאך אנטעריא באפרייט אלע שווארצע פון קנעכטשאפט.
אין 812' ווען די בריטישע האבן באמבארדירט וואשינגטאן האבן טויזענטער שווארצע אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך אריבעגעשווערצט קיין העליפאקס וואס האט אין יענע יארן געמיינט פולע פרייהייט כאטש אפילו די נאווע סקאשע רעגירונג האט נאך דעמאלט געהאט אסאך דיסקרימינירטע געזעצן פאר די שווארצע. עטליכע יאר שפעטער האבן עטליכע אמעריקאנער אנטי סלעיוו גרופעס אמטליך געהאלפן נאך טויזענטער שווארצע זיך אריבערשווערצן קיין אנטעריא דורך ספעציעל וועגן וועלכע מען איז פארצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די אונטערגרונד רעילראודס.
די קאנאדישע שווארצע האבן עווענטועל באקומען פולע פרייהייט און רעכט פיל שנעלער ווי די אמעריקאנער שווארצע. עס איז אינטערעסאנט אז מיט די פרייהייט וואס זיי האבן געקענט באקומען אין קאנאדע זענען דאך קיין סאך שווארצע מער נישט געקומען פון אפריקע נאר זענען געוואקסן נאטורליך.
שורה 270:
עס וואוינען היינט ארום 350,000 אידן אין קאנאדע צושפרייט אין 8 שטעט. די גרעסטע צאל אידן וואוינען אין טאראנטא וואו עס איז פאראן די מערסטע ביזנעס. אבער דאס איז נאר אין די לעצטע צענדליגער יארן. בעפאר דעם האבן רוב קאנאדישע אידן געוואוינט אין מאנטרעאל וועלכע איז שטענדיג געווען די הויפט ביזנעס שטאט פון קאנאדע און די גרעסטע טייל אידישע אימיגראנטן זענען דארט באזעצט געווארן, קאנאדע'ס ערשטע שול איז געגרינדעט געווארן אין 777' אין מאנטרעאל נאכדעם וואס די גרופע אידן האבן געהאט געדאווענט צענדליגער יארן אין אן ארויסגעדינגענעם ארט.
די אידישע באפעלקערונג צוטיילט זיך ווי פאלגענד: טאראנטא, אנטעריא: 175,000. מאנטרעאל, קוויבעק: 100,000. ווענקאווער, בריטיש קאלאמביע: 30,000. וויניפעג, מאניטאבע: 15,000. אטאווע, אנטעריא: 12,000. קאלגערי, אלבערטא: 7,500. העמילטאן, אנטעריא און עדמאנטאן, אלבערטא" 5,000. רוב קאנאדישע אידן זענען אשכנזים אבער עס פאראן א גרויסע צאל פראנצויזיש רעדנדיגע מאראקאנער אידן וועלכע וואוינען אלע אין מאנטרעאל. מען שאצט אז ארום א דריטל פון די אידישע באפעלקערונג האלט שבת און א גרויסע טייל דערפון זענען פולע שותמ"צ (נישט פאר אונז געזאגט). די עכט אידישע באפעלקערונג ווערט קלענער פון יאר צו יאר צוליב אסאך געמישטע הייראטן (ליידער) אבער נאך אלץ איז די באפעלקערונג צאל שטארק געשטיגן אין די לעצטע יארן ביז אזוי סאך ווי 14 פראצענט, מאכנדיג איר איינע פון די שנעלסטע וואקסנדיגע באפעלקערונגען. פון די אימיגראנטן זענען 25 פראצענט רוסישע וועלכע האבן אימיגרירט אין די מאסן פון ווען די קאמוניסטישע רעגירונג איז אויפגעלעזט געווארן אין 91'. די צווייטע גרעסטע צאל פון אימיגראנטן זענען פון מדינת ישראל (ארום 20 פראצענט) וועלכע האבן איבערגעלאזט זייער לאנד און געפינען א רואיגערע און פארזיכערטערע לעבן אין קאנאדע. די פרייע און נישט פרייע קאנאדישע אידן (דאס נעמט נישט אריין די פרומע אידן) האבן עטליכע קעגנגעזעצטע מיינונגען לגבי מדינת ישראל און ווערן באטראכט אלס אזוי שטארק פרא מדינת ישראל ווי אידן איבער די וועלט. קאנאדער אידישע פירער האבן שטענדיג געארבעט אריינצוברענגען מער אידישע אימיגראנטן פון אנדערע געפלאגטע לענדער אויף וועלכע די ציוניסטישע פירער האבן געברויזט. אויך לעצטענס ארבעטן די קאנאדער אידישע פירער אריינצוברענגען אסאך אידן פון ארגענטינע אויף וועלכע די ציוניסטן ארבעטן אויך זייער שווער.
אידן האבן אנגעהויבן קומען קיין קאנאדע נאך אין די מיטעלע יארן פונעם 17'טן17טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט. די פראנצויזישע האבן דעמאלט געהאט קאנטראל אין רוב קאנאדע און האבן אויסגעשלאסן די אידן פון יעדע זאך און זיי אויסגעטיילט צרות און טיילמאל פארטריבן פון זייערע טעריטאריעס. די מאיאריטעט פון אידן זענען טאקע אנגעקומען מיט די בריטישע סאלדאטן וועלכע האבן זיך באזעצט אין מאנטרעאל און געקעמפט פאר קאנטראל איבער קוויבעק (קוויבעק איז דעמאלט געווען נאך פיל גרעסער ווי היינט און האט אריינגענומען אויך עטליכע אמעריקאנער שטעט). די בריטישע האבן נישט געטשעפעט מיט די אידן און די ביסל אידן האבן זיך געגרינדעט א קליינע שול וועלכע האט זיך גערופן "שארית ישראל" ווי פריער דערמאנט. אין אידישע היסטאריע איז באוואוסט די פרענק פאמיליע וועלכע זענען געווען פון די ערשטע אידישע פאמיליעס וועלכע האבן אמיגרירט קיין נארט אמעריקע צוזאמען מיט די בריטישע סאלדאטן מיט וועלכע זיי האבן אנגעהאלטן א נאנטע פריינטשאפט. די פרענק פאמליע האט אסאך אויפגעטאן פאר אידישקייט סיי אין קאנאדע און אויך אין די ערשטע אמעריקאנער שטעט. זיי זענען געווען רייך און געהאט נאנטע פארבינדונגען מיט אלע ענגלישע פירער. די פרענק פאמיליע איז געווען א אידישע סימבאל פאר דריי דורות דענאך זענען די קינדער שוין אוועקגעגאנגען פון די אידישע וועג און האבן מער נישט אינטערעסירט די אידישע באדערפענישן.
אין יענע צייטן האט דאס אידישקייט אין קאנאדע געציילט קוים עטליכע מינינים. א צענזוס פון 831' צייגט אז עס זענען נישט געווען מער ווי 107 רעגיסטרירטע אידן אבער היסטאריקער זאגן אז עס זענען געווען מער אידן נאר זיי האבן זיך נישט רעגיסטרירט אויס מורא פאר זייער אידישקייט. אין 832' האבן שוין די אידן באקומען אלע ציווילע רעכט ווי אלע בירגער. נאך אלץ איז א איד'ס געזיכט געווען ווי א מאדנע באשעפעניש פאר די איבעריגע איינוואוינער. ממש בעפאר דעם 19'טן19טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט האבן די ניי אנגעקומענע אידישע אימיגראנטן זיך אנגעהויבן באזעצן אין די אלע אויבנדערמאנטע שטעט אין פראווינצן, די גרעסטע טייל דערפון אין געווען אין אנטעריא. ביים אריינטערעטונג פונעם 19'טן19טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט האט די אידישע באפעלקערונג געציילט ארום 3,000 נפשות.
מיט עטליכע יאר שפעטער האט די אידישע באפעלקערונג זיך דראסטיש געהעכערט ווען טויזענטער אידן זענען אנטלאפן פון די קאמוניסטישע רוסלאנד און אימיגרירט אומלעגאל קיין קאנאדע וועלכע האט געהאט אפענע טירן פאר אימיגראנטן. אין 921' האט די אידישע באפעלקערונג געציילט 126,000. דורכאויס די צווייטע וועלט קריג האט קאנאדע פארשלאסן אירע טויערן פאר די געליטענע (דער דעמאלטדיגער פרעמיער מיניסטער מעקענזי קינג איז געווען א גרויסער שונא ישראל און א שטארקע שטיצער פון היטלער בעפאר די קריג) און פאר קוים אפאר טויזענט נפשות איז געלונגען זיך אריינצובאקומען אין לאנד. נאך די מלחמה האבן די אידישע ארגאניזאציעס אינערהאלב קאנאדע איבערגעדרייט א וועלט אז די רעגירונג זאל עפענען אירע טויערן פאר די מלחמה איבערלעבער. די פילע שתדלנות האט געהאלפן און די קאנאדישע רעגירונג האט אויפגענומען בערך 75,000 אידישע נפשות אין א משך פון צוויי יאר, צווישן זיי זענען געווען א קליינע צאל עכט פרומע אידן פון וועלכע עס שטאמען די היינטיגע חסידישע און ליטווישע בליענדיגע קהלות. רוב ניי אנגעקומענע אידן האבן זיך באזעצט אין טאראנטא אדער אין מאנטרעאל אין ביידע שטעט האבן געהאט בערך די זעלבע צאל אידישע איינוואוינער. אבער איבער די יארן האבן זיך א גרויסע טייל מאנטרעאלער אידן אריבערגעצויגן קיין טאראנטא אויס מורא פאר אן אפטיילונג פון קוויבעק.