אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 129 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q6186 (translate me)
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Hammer and sickle.svg|left|150px]]
[[קאמוניזם]], אין די קורצסטע ווערטער, איז א [[טעאריע]] און סיסטעם פון [[סאציאלע]] און [[פאליטישע]] [[ארגאניזאציע]] וועלכע איז געווען א הויפט קראפט אין וועלטליכע [[פאליטיק]] פאר רוב יארן אינעם 20'טן20טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט. אלס א פאליטישע באוועגונג האט קאמוניזם געזוכט אונטערצואווארפן [[קאפיטאליזם]] דורך אן ארבייטערס [[רעוואלוציע]] און איינשטעלן א סיסטעם אין וועלכע פראפערטי איז די אייגנשאפט פון א גאנצע באפעלקערונג אינאיינעם אנשטאט אינדיווידועלן.
 
אין [[טעאריע]] האט [[קאמוניזם]] געזוכט צו גרינדן א קלאסלאזיגע סאסייאיטי פון צופרידנהייט און פרייהייט אין וועלכע אלע מענטשן געניסן אייניגע סאציאלע און עקאנאמישע סטאטוס. אין פראקטיק האבן אבער קאמוניסטישע רעזשימען גענומען די פארעם פון אויטאריזאציע [[רעגירונג]] וועלכע האט זיך ווייניג געקימערט מיט די ארבעטס קלאס און האבן גענומען זייער מאכט אלס א פריאריטעט.
 
דער קאנצעפט פון א סאסייאיטי מיט אייניגע אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט גייט צוריק הונדערטער יארן אבער איז ערשט אדאפטירט געווארן דורך די מאסן ווען [[אייראפע]] איז געבלאזן געווארן פון דעם סאציאליסטישן ווינט אינעם 19'טן19טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט. אין יענע צייטן איז אייראפע דורכגעגאנגן אן אינדוסטריאלע רעוואלוציע און סאציאלע טויש און די קריטיקירער האבן באשולדיגט קאפיטאליזם פאר'ן אנטוויקלן אן ארימע קלאס, פעקטארי [[ארבעט]]ער וועלכע זענען געשטעלט געווארן אין שווערע פאזיציעס, און פארן אויסברייטערן די צווישנשייד פון די ארימע און רייכע.
{{רעגירונג מעטאדן}}
די גרינדער פון מאדערנע קאמוניזם איז פראקלאמירט געווארן דורך א [[דייטש]]ער [[פילאסאף]] [[קארל מארקס]] און זיין פריינט פרידריך ענגלס. ווי אנדערע [[סאציאליזם|סאציאליסטן]], האבן זיי אויך געזוכט צו ברענגן אן ענדע צו [[קאפיטאליזם]]. אבער אנדערש ווי אנדערע וועלכע האבן געזוכט איינצושטעלן סאציאליסטישע סיסטעמען אינעם לאנגן טערמין אויף א פרידליכע וועג, האבן זיי געהאלטן אז דאס וועט נאר קענען פאסירן אויב עס וועט פאסירן אין א פלוצלינגע [[רעוואלוציע]] וואס וועט פארלאנגן א שטארקע קראפט און וועט מוזן גיין מיט געוואלד.
שורה 54:
דאס האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון גיין ווייטער און ביז דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן האט ער ווייטער פראקטיצירט זיין געדאנק און אויך אנדערע האבן אים נאכגעטאן אין אמעריקע, בריטען, און אין פראנקרייך.
 
ווען מען קוקט צוריק אויף היסטאריע און מען באטראכט די מלחמות און עקאנאמישע פראבלעמען וואס אייראפע האט דורכגעמאכט אין דעם 18'טן18טן און 19'טן19טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט קען מען גרינג פארשטיין וויאזוי קאמוניזם האט געקענט געבוירן ווערן אינעם ערשטן פלאץ. מענטשן זענען געווען דערנידערט און דער צוקונפט איז געווען פארטונקעלט. קאפיטאליזם איז געווען צו די עקסטרעם און פאר וועמען עס איז נישט געלונגן צו נעמען א שריט איז געבליבן פארארעמט און דערנידערט.
 
די וועלט איז דורכגעגאנגן איר גרעסטע טויש אין טויזנטער יארן מיט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און עס איז אויך געווען צייט צו מאכן א טויש אין רעגירונג סיסטעם. מען האט געהאט פארשידענע געדאנקען און עס האט געקאסט אסאך מוט, צייט, און בלוט ביז אויך דאס איז צושטאנד געקומען. אט דאס איז די היסטאריע פון קאמוניזם און טראץ איר דורכפאל וועט אסאך בלייבן צו פארדאנקן פאר אירע גרינדער און קעמפער.
שורה 72:
לויט זיי האט קאמוניזם געמיינט אז עס זאל עלימינירט ווערן אזא זאך ווי אן ארבייטער און א באלעבאס ווען יעדער וועט זיין אן ארבייטער און א באלעבאס אינאיינעם און העלפן געבן עפעס צו סאסייאיטי. קיינער וועט מער נישט זיין א באשטימטער ארבייטער צו איין זאך און מען וועט קענען טאן עפעס אנדערש דעם אנדערן טאג. מארקס האט מיט זיינע ווערטער פארגעשטעלט: "איך וועלן פאנגן אינדערפרי און כאפן פיש נאכמיטאג אבער איך וועל נאך אלץ נישט ווערן א פאנגער אדער פיש כאפער ווייל אויב וויל איך אנדערש וועל איך אזוי טאן. אלע ארבעט צו די עקאנאמיע וועט זיין וואלונטירנדיגע אקטיוויטעטן וואס יעדער וועט וועלן טאן ווייל מיט דעם וועט ער העלפן זיך אליינס".
 
זיינע ווערטער זענען ווארים אויפגעכאפט געווארן פון א געפלאגטע סאסייאיטי וועלכע האבן שווער געארבעט און פארדינט ווייניג און האבן אלע ווי איינער געוואלט א טויש. פון זיין קליקע איז געווארן מערערע קליקעס אין ביז די ענדע פון דעם 19'טן19טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט איז געווארן דערפון א שטארקע באוועגונג איבער גאנץ אייראפע וועלכע האט זיך גערופן די אינטערנאציאנאלע ארבעטסמענער אסאסיאציע און איז געווען הויפטקווארטירט אין פאריז, פראנקרייך. אין 912' איז א צווייטע באוועגונג געגרינדעט געווארן אין אמעריקע וועלכע האט רעפרעזענטירט די זעלבע קאנצעפט פאר די אמעריקאנער, קאנאדער, און יאפאנעזער. די צוויי גרופעס אינאיינעם האבן פארמאגט איבער 9 מיליאן מיטגלידער וועלכע זענען געווען גרייט אויסצופאלגן סיי וועלכע באפעל די גרינדער און פירער וועלן געבן אנצוהייבן דעם טויש.
 
אבער די מיטגלידער פון די אזויגערופענע מארקס באוועגונג זענען געווען צעטיילט וויאזוי דער טויש זאל צוגיין. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז דאס דארף קומען מיט א מיליטערישע רעוואלוציע וועלכע זאל אראפווארפן די קאפיטאליסטישע רעגירונג און אומברענגן די וואס שטעלן זיך אנטקעגן. אנדערע האבן דאס אפגעווארפן און געהאלטן אז דאס זאל ענדערש אויסגעארבעט ווערן מיט די קאפיטאליסטישע פירער אין פרידן ווייל מיט אזא מאיאריטעט וועלן זיי סייווי מוזן נאכגעבן. עס זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן מען זאל דערווייל נישט מאכן א דראסטישע טויש נאר ענדערש אדאפטירן סאציאליסטישע פראגראמען אינערהאלב די קאפיטאליסטישע רעגירונגן וואס וועט עווענטועל פירן צו דעם ענדגילטיגן קאמוניסטישן סיסטעם.
שורה 330:
אבער די רעאליטעט פון קאמוניזם האט אינגאנצן נישט געשטימט מיט די טעאריע ווי מארקס און ענגעלס האבן עס אראפגעלייגט. אויסער וואס די קאמוניסטישע צענטראלע עקאנאמיע סיסטעם האט נישט געארבעט, איז די פאליטישע סיסטעם דערפון געווען קוראפטירט און אירע פירער האבן דאס אויסגענוצט פאר מאכט און טיילמאל געפייניגט און אומגעברענגט מיליאנען פאר זייער כבוד און מאכט.
 
אויסערדעם וואס קאמוניזם איז געווען א דורכפאל פאר זיך, איז עס געווען א דאפעלטער דורכפאל ווען אין דער זעלבער צייט האבן די קאפיטאליסטישע לענדער געהאט די גרעסטע סוקסעסן אין די היסטאריע ווען די עקאנאמיעס האבן געבליעט און מענטשן האבן באקומען די סטאנדארטן פון וועלכע זיי האבן גע'חלומ'טחלומט צו לעבן. קאמוניזם האט זיך ארגינעל נאר געבויט אויף די פראבלעמען וואס קאפיטאליזם האט געהאט, אבער ווען עס איז שוין געווען אימפלימענטירט איז די קאפיטאליסטישע עקאנאמישע סיסטעם דורכגעגאנגן א דראסטישע טויש ווען די עקאנאמיע איז איבערגענומען געווארן מיט סערוויס און פינאנץ און האנט ארבעט איז איבערגעפירט געווארן צו די ארימע לענדער.
קאמוניסטישע רעזשימען האבן געארבעט זייער שווער זיך אן עצה צו געבן און זענען געשטאנען מיט בייזע אויגן און זיך צוגעקוקט ווי די קאפיטאליסטישע לענדער וואקסן און בליען מיט ציפערן ווי קיינמאל בעפאר. אין דער צייט וואס אמעריקאנער בירגער האבן הנאה געהאט פון יעדע מינוט אין לעבן, זענען די רוסישע בירגער געווען אונטערדרוקט אונטער א ברוטאלע רעזשים וואס האט זיי קוים געקענט האלטן ביים לעבן.