אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאפיא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q18550 (translate me)
אין תקציר עריכה
 
שורה 8:
== איבערבליק ==
 
היינט צו טאג באצייכנט מען דער נאמען מאפיא פאר יעדע ארגאניזירטע קרימינאלע גרופע און אמאל נוצט מען אפילו דעם נאמען פאלשערהייט אויף גרופעס וועלכע פארנעמען זיך בכלל נישט מיט קיין פארברעכן נאר האבן א שטארקע קאנטראל אויף ביזנעס און מען וויל זיי שלעכט בא'טיטולבאטיטול'ן.
 
די ריכטיגע מאפיא וועלכע האבן באקומען דעם נאמען מאפיא זענען בעיקר באשטאנען פון איטאליענער און סיסילער (אן אינזל אין דרום איטאליע וועלכע געפינט זיך אונטער איטאליע און איז די גרעסטע אינזל אינעם מיטללענדישן ים) וועלכע האבן אפערירט מאפיא גרופעס אין איטאליע און אין נאך אסאך לענדער פון די וועלט, אריינגערעכנט די פאראיינגטע שטאטן וואו די מאפיא האט זיך געווירבעלט יארן לאנג. די איטאליענער זענען באקאנט אלס פאמיליע מענטשן און אויך אין די מאפיא האט מען דאס געקענט באמערקן. טייל מאפיא ארגאניזאציעס זענען יא באשטאנען פון פאמיליע מיטגלידער וועלכע זענען געווען געשוואוירן איינע צו די אנדערע און האבן אינאיינעם דורכגעפירט פארברעכן.
שורה 82:
היסטאריקער זאגן אז די מאפיא איז צושטאנד געקומען מיט די יארן ווען די סיסילי אינזלן איז מערערע מאל אינוואדירט געווארן דורך אייראפעאישע אימפעריעס און רוב יארן איז זי געווען אקופירט דורך פרעמדע מאכטן. דאס האט געמאכט אז די איינוואוינער פון סיסילי האבן זיך גרופירט אין פאמיליעס און האבן געטאן וואס זיי האט געשמעקט זינט עס איז נישט געווען קיין סטאבילע רעגירונג וועלכע זאל זיי אפשטעלן פון זייערע שריט. דער פאקט אז סיסילי געפינט זיך אינעם צענטער פונען מיטללענדישן ים האט צוגעהאלפן די גרינדונג פון די מאפיא ווען די פאמיליע מיטגלידער האבן געהאט די געצייג צו טאן ביזנעס.
 
ווען די אייראפעאישע אימפעריעס האבן פארלאזט סיסילי אינעם 19'טן19טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט איז דאס ארט געבליבן אן קיין רעגירונג און די מאכטפולע פאמיליעס האבן אנגעהויבן געוועלטיגן ארום זייערע טעריטאריעס און האבן אנגעהויבן טאן פארברעכנס צו באקומען מאכט און געלט. זייערע פארברעכנס זענען קיינמאל נישט באריכטעט געווארן ערשט ווייל עס איז נישט געווען צו וועמען צו גיין און צווייטענס ווייל די געליטענע אליינס האבן מורא געהאט צו פארציילן צוליב די פארכט וואס זיי האבן געהאט צו די מאפיא לארדן. די פירער פון די פאמיליעס האבן זיך גערופן קאפאס און דער נאמען איז ביז היינט פארבליבן דער אפיציעלער נאמען פאר איינע פון די הויפט פאזיציעס אין די מאפיא.
 
 
שורה 96:
 
===די אמעריקאנער מאפיא===
די סיסילינס און אנדערע איטאליענער האבן אנגעהויבן אימיגרירן קיין אמעריקע אין די 800' יארן אבער רוב פון זיי זענען ערשט געקומען אין די ערשטע יארן פונעם צוואנציגסט'ן יאר-הונדערטיאָרהונדערט. רוב איטאליענער האבן זיך באלד גענומען צו די ארבעט און האבן אויפגעשטעלט ביזנעסער אבער א קליינע טייל האבן מיטגעברענגט זייערע מאפיא היסטאריע מיט זיך און האבן אנגעהויבן מיט זייערע פארברעכנ'ס אויפ'ן אמעריקאנער באדן.
 
די ערשטע גרויסע מאפיא גרופע איז צושטאנד געקומען און ניו ארלענס, לואיזיענע, וואו די מאפיא האט געהאט גוטע פארבינדונגן מיט די פאליציי און האבן אפגעטאן וואס זיי האבן געוואלט אן געברענגט ווערן צו גערעכטיקייט. נאך צענדליגער יארן האבן א גרופע איינוואוינער געקעמפט די מאפיא און האבן זיי געברענגט אין געריכט אבער די מאפיא איז געווען זייער מאכטפול און האבן אונטערגעשמירט און געסטראשעט די עדות וועלכע האבן אין די ענדע אלע גערעדט לטובת די מאפיא און זיי זענען באפרייט געווארן. נאך די אורטיילן זענען 16 פון די הויפט קעמפער אומגעברענגט געווארן דורך די מאפיא.