אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעקסיקע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 214 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q96 (translate me)
יארהונדערט
שורה 34:
מעקסיקא אין די פאראייניגטע שטאטן טיילן זיך מיט א גרעניץ פון 1,900 מייל (3,100 קילאמעטער) לאנג פון וועלכע א גרויס חלק דערפון איז די ריא גראנדע טייך. דאס איז די צווייטע לענגסטע גרעניץ אין נארט אמעריקע נאך קאנאדע. במשך די יארן האבן הונדערטער טויזענטער מעקסיקאנער זיך גערוקט נענטער צו די אמעריקאנער גרעניץ, און טייל דערפון אפילו אריבער אויפ'ן אמעריקאנער זייט, צו קענען טאן ביזנעס. די נאנטע גרעניצן האט אויך עפעקטירט די קולטור פון ביידע לענדער ווען איינוואוינער פון ביידע זייטן גייען אסאך אריבער די גרעניץ צוליב ביזנעס און מישן אויס די קולטורס. מעקסיקא דעקט א שטח פון 758,452 סקווער מייל (1,964,382 קילאמעטער).
 
די מעקסיקאנער איינוואוינער שפיגלן זייער לאנד'ס רייכע היסטאריע. דאס לאנד איז פארמירט געווארן אינעם 16'טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט דורך די אויסמישונג פון היספאנישע און נאטיווע (דארט געבוירענע) אמעריקאנער. כאטש מעקסיקאנער וועלן ענדערש אויסזען ווי היספאנישער, איז אבער נאך אלץ א דריטל פון די באפעלקערונג נאטיווע אמעריקאנער. ווי דערמאנט האבן זיך די צוויי פעלקער אויסגעמישט צו פארמירן מעקסיקא און ווערן גערופן די מעסטיזאוס וועלכע פארנעמען 60 פראצענט פון די באפעלקערונג. 90 פראצענט פון זיי רעדן היספאניש און לעבן א היספאנישע לעבנ'ס סטיל. אין די לעצטע יארן האבן זיך א מערהייט פון די באפעלקערונג אריבערגעצויגן צו די באוואוינטע שטעט וואו עס איז פאראן מער ביזנעס. לויט א צענזוס פון01' זענען 75 פראצענט פון די באפעלקערונג קאנצעטרירט אין די אורבאן שטעט און מער ווי האלב פון די וואוינען אין שטעט פון איבער 100,000 איינוואוינער.
 
מעקסיקא האט א רייכע ירושה פון קונץ ווערק און ארכיטעקטור און איז באקאנט געווארן דערמיט אין די גאנצע וועלט אינעם צוואנציגסטן יאר-הונדערטיאָרהונדערט. דאס האט אויך אפגעשפיגלט איר היסטאריע און קולטור און אפילו איר איצטיגע סאציאלע אישוס. די גאנצע וועלט לעכצט נאך מעקסיקאנער מוזיק, געקעכטס, און פאלקס קונץ ווערק, אלע דערפון זענען שטארק צושפרייט אין גאנץ אמעריקע.
 
מעקסיקא'ס עקאנאמישע דעגרייכונגן זענען אסאך אבער דאס לאנד פלאגט זיך נאך אלץ צו קענען ווייטער אנטוויקלן די עקאנאמיע. א גרויסע שולד צו אירע עקאנאמישע שוועריקייטן ווערן אנגעוויזן אויף איר פאליטישע אומסטאבילקייט דורכאויס דעם 19'טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט. איר עקאנאמיע איז אמאל געווען א שטארקע אבער האט זיך גענצליך געטוישט נאך די צווייטע וועלט קריג און איז היינט אנגעוויזן אויף לייכטע פאבריצירונג און עקספארט. אירע נאפט אוצרות זענען פון די 10 גרעסטע אין די וועלט פון וועלכע זי עקספארטירט רוב דערפון. אויך גיט זי ארויס אסאך פעסל אויל און פארבלייבט איינע פון די גרעסטע פראדוצירער און עקספארטירער פון זילבער. נאך א גרויסער טייל פון איר היינטיגע עקאנאמיע זענען טוריזם און צוזאמענשטעלן (עסעמבלי) אינדוסטריס. דאס לאנד געניסט בעיקר פון איר נאנטשאפט צו די פאראייניגטע שטאטן מיט וועם זי טוט דאס מערסטע האנדל און אויך די פאראייניגטע שטאטן רעכנט איר אלס איינע פון אירע 10 גרעסטע האנדלער.
 
מעקסיקא'ס פאליטישער סיסטעם איז צושטאנד געקומען אין אונזער תקופה. עס איז דאמינירט דורך א שטארקע פרעזידענט און אן עקזעקיוטיוו אפטיילונג וועלכע פירן די יוסטיץ און לעגיסלאטיוו אפטיילונגן פון די רעגירונג. אין די לעצטע 70 יאר איז די רעגירונג דאמינירט דורך אן איינציגע פארטיי: די אינסטיטוציאנאל רעוואלוציאנארע פארטיי וועלכע ווערט דארט גערופן די "פי-אר-איי". גאנץ לעצטענס האט די פארטיי צום ערשטן מאל אין 70 יאר פארלוירן איר פרעזידענטשאפט.
שורה 117:
== רעגירונג ==
 
די מעקסיקאנער רעגירונג סיסטעם איז ענליך צו די פאראייניגטע שטאטן מיט אירע 3 רעגירונג'ס שטאפלן: די עקזעקיוטיוו, לעגיסלאטיוו, און יוסטיץ. וויאזוי אימער, האט דארט די עקזעקיוטיוו די קאנטראל אויף די אנדערע אפטיילונגן און דער פרעזידענט וועלכער איז דער טשיף עקזעקיוטיוו האט א פולע קאנטראל אויף יעדע רעגירונג אפטיילונג. רוב יארן אינעם צוואנציגסטן יאר-הונדערטיאָרהונדערט האט נאר איין פארטיי (די פי-אר-איי) געשפילט א ראלע אין די רעגירונג און אנדערע פארטייען זענען אפילו נישט געקומען נאנט. די פי-אר-איי האט קיינמאל נישט פארלוירן אפילו א סענאט שטימע ביז אין יאר 89' ווען די נאציאנאלע עקשן פארטיי (פי-עי-ען) האט אנגעהויבן ווערן שטארק. די פי-אר-איי האט פארלוירן די פרעזידענטשאפט צום ערשטן מאל אין 00' צו וויסענט פאקס דער פירער פון די פי-עי-ען פארטיי.
וויבאלד די עקזעקיוטיווע אפטיילונג פון די רעגירונג האט די פולע קאנטראל אויף די רעגירונג איז נישט פאראן קיין אינטערעסע און שתדלנות ארגאניזאציעס אזויווי אין די פאראייניגטע שטאטן. ווען גרופעס אדער ארגאניזאציעס דארפן הילף פון די רעגירונג ווענדן זיי זיך דירעקט צו די עקזעקיוטיווע מיטגלידער און טיילמאל צום פרעזידענט אליינס.
דער פרעזידענט ווערט דארט ערוועלט דורך א דירעקטע פאפולער שטימע און ער וועלט זיך אליינס אויס זיין גאנצע קאבינעט. קיין איין מעקסיקאנער פרעזידענט האט נאך נישט ערוועלט אן אפאזיציע מיטגלידער אין זיין קאבינעט און דערפאר האט די רעגירונג שטענדיג געהאט א כמעט 100 פראצענטיגע מאכט און האט געקענט דורכפירן וואס עס האט זיי געשמעקט. א טערמין פאר א פרעזידענט איז 6 יאר און ער קען נישט ווידער-ערוועלט ווערן. די עקזעקיוטיוו קאבינעט באהאנדלט 90 פראצענט אישוס און איז צוטיילט צו עטליכע אפטיילונגן ווי עקאנאמיע, נעשאנעל סעקיוריטי, האנדל, א.א.וו.
שורה 150:
דאס ארט ווי מעקסיקא געפינט זיך היינט איז געווען פון די ערשטע ערטער וואו מענטשן האבן זיך באזעצט פון גאנץ נארט אמעריקע. סייענטיסטן האבן געפינען צענדליגער סימינים וועלכע האט זיי געפירט צו אן אויספיר אז מענטשן האבן געוואוינט אויף דעם שטח נאך מיט טויזענטער יארן צוריק. לויט זייער וויסנשאפט האבן די פארשידענע שבטים געלעבט אויף קארן און באנדלעך און האבן געכאפט פיש. זיי זאגן אז זייערע שטודיעס צייגן אז מען האט אנגעהויבן פלאנצן ערד בערך 2,000 יאר צוריק און דאס ארט איז דעמאלט אנגערופן געווארן מיסאאמעריקע.
 
ווען מעקסיקא האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלן אינעם 19'טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט איז נאך דארט געווען א גרופע וועלכע האבן זיך גערופן מיסאאמעריקענס און האבן געשטערט די אנטוויקלונג פון לאנד, מיט די טענה אז עס באלאנגט צו זיי. כאטש די מיסאאמעריקענס האבן נישט קיין שום דאקומענטן פון איר היסטאריע האט מען אבער געפינען אסאך שטיינער וועלכע האבן אנטהאלטן אויפגעקריצט פארשידענע מעסעדזשעס וועלכע גיט אן איינגעצוימטע ווירקליכקייט צו איר היסטאריע. לויט יענע אויפשריפטן איז מעקסיקא געווען פיל העכער פונעם ים אויבערפלאך בעפאר א נאטוליכע חורבן האט אראפגעווישט א גרויסע טייל פון לאנד.
אינעם 13טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט איז פאגעקומען די ערשטע מלחמה פון וואס מען ווייסט. א גרויסע גרופע וועלכע האבן זיך גערופן די אזטעקס האבן אקופירט גאנץ צענטראל מעקסיקא און האבן עס א נאמען געגעבן מעקסיקאַ. די נאמען מעקסיקאָ שטאמט פון יענעם נאמען. די אזטעקס זענען געווען גרויס אין צאל אבער זייער מאכט איז געווען עטוואס שוואכער ווי די נאטיווע אמעריקאנער און די אנדערע גרופעס וועלכע האבן דארט געוואוינט און זיי האבן געהאט א שווערע ארבעט אנצוהאלטן די אקופאציע. היסטאריע זאגט אז די אזטעקס זענען געווען די ערשטע מיליטער וועלכע האבן זיך באנוצט מיט פייגל פאר מלחמה צוועקן. זיי האבן גענוצט עטליכע גרויסע אדלער (איגעל) צו שיקן מעסעדזשעס און האבן אבזערווירט איר גאנצע "הלוך ילך" צו קענען באמערקן ווען דער פיינט קומט. די אדלער איז פארבליבן דער סימבאל פון מעקסיקא ביז'ן היינטיגן טאג און עס געפינט זיך אויף איר נאציאנאלע פאן און אויף טייל וואלוטע.
 
די אזטעקס איז געווארן א גרויס פאלק אין די קומענדיגע יארן און האבן געציילט עטליכע הונדערט טויזענט מענטשן. זיי האבן אויפגעשטעלט א הויפט שטאט וועלכע זיי האבן גערופן קענאטיטלען און האבן געפירט א כמו רעגירונג סארט לעבן. ווען די היספאנישע האבן אינוואדירט מעקסיקא אינעם 15טן יאר-הונדערטיאָרהונדערט איז די שטאט קענאטיטלען געווען איינע פון די גרעסטע שטעט אין די וועלט מיט איבער 200,000 איינוואוינער.