אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנגא טייך"

טייך
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '{{טייך |נאמען= קאנגא |בילד= Sunrise near Mossaka (Congo).JPG<!-- |ברייט= גרונטלעך 300px --> |אונטערטיטל= דער ק...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 09:23, 13 מײַ 2013


פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:טייך

ליידיקע פאראמעטערס [ הייך ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע

פאראמעטערס [ אונטערטיטל, אויסגאס ארט ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע

קאנגא
Sunrise near Mossaka (Congo).JPG
לאקאציע
לענדער זאמביע, דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, רעפובליק פון קאנגא, אנגאלא
אייגנשאַפֿטן
לענג 4,700 ק"מ
קוואל טאנגאניקע אזערע
הייך פון קוואל 32 מעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס 41,000 מ3 א סעקונדע
דרענאזש בעקן 4,014,500 ק"מ2
לעפצונג אטלאנטישער אקעאן
לענדער אין דרענאזש בעקן זאמביע, אנגאלא, בורונדי, קאמערון, צענטראל־אפריקאנישע רעפובליק, דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, גאבאן, מאלאווי, רעפובליק פון קאנגא, רוואנדע, סודאן, דרום סודאן, אוגאנדע, טאנזאניע
Rzeka_Kongo.png
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דער קאנגא טייך איז דער לענגסטער טייך פון צענטראל און מערב אפריקע, און דער צווייטער לענגסטער טייך אין גאנץ אפריקע נאכן נילוס. דער קאנגא און זיינע בייטייכן פליסן אדורך דעם צווייטן גרעסטן רעגנוואלד אין דער וועלט. דער קאנגא האט דעם צווייטן גרעסטן אויסגאס אין דער וועלט (נאכן אמאזאנאס, און דעם צווייטן גרעסטן דרענאזש בעקן אין דער וועלט, אויך נאכן אמאזאנאס.

דער קאנגא איז דער טיפסטער טייך אין דער וועלט, אין טייל ערטער טיפער פון 220 מעטער. דער נאמען פונעם טייך שטאמט פונעם אוראלטן קאנגא קעניגרייך, וואס האט באדעקט דעם שטח ביים מויל פונעם טייך. די היינטיקע לענדער דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא און רעפובליק פון קאנגא נעמען אויך זייערע נעמען פון דעם טייך, און ביידע זייערע הויפטשטעט, קינשאזע און בראזאוויל, געפינען זיך אויף די ברעגן פונעם טייך, איינס קעגנאיבער אנאנד.