אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערשטע וועלט-מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 21:
 
== גורמים ==
[[טעקע:WWI-re.png|קליין|upright=1.6|מאפע פון די משתתפים אין דער ערשטער וועלט מלחמה: [[ערשטע וועלט מלחמה אליאירטע|אליאירטע מאכטן]] גרין, [[צענטראלע מאכטן]] אראנזש, און נייטראלע לענדער גרא]]
אינעם 19טן יארהונדערט, האבן די הויפט אייראפעישע מאכטן געהאט געשטרעבט צו האלטן א קראפט גלייכוואג דורכאויס אייראפע, פון וואס איז ארויסגעקומען א קאמפלעקסע נעצווערק פון פאליטישע און מיליטערישע אליאנצן דורכאויס דעם קאנטינענט ביז 1900. די אליאנצן האבן אנגעהויבן אין 1815, מיט דער [[הייליגע אליאנץ|הייליגער אליאנץ]] צווישן [[פרייסן]], [[רוסלאנד]] און [[עסטרייך]]. אין אקטאבער 1873, האט דער דייטשער קאנצלער [[אטא פאן ביסמארק]] פארהאנדלט דעם [[דרייקייסערבונד]] צווישן די מאנארכן פון עסטרייך־אונגארן, רוסלאנד און דייטשלאנד. דער דאזיקער אפמאך איז אבער אדורכגעפאלן ווייל עסטרייך־אונגארן מיט רוסלאנד האבן נישט געקענט מסכים זיין וועגן די [[באלקאן לענדער|באלקאנען]], ביז אין 1879 האבן דייטשלאנד און עסטרייך־אונגארן געשאפן די [[צווייאיקע אליאנץ]]. זיי האבן אין דעם געזען א וועג צו ווירקן אקעגן רוסישע איינפלוס אין די באלקאנען ווען די [[אטאמאנישע אימפעריע]] האט ממשיך געווען זיך אפשוואכן. אין 1882, האט די אליאנץ זיך פארברייטערט אריינצונעמען [[איטאליע]] אין וואס איז געווארן די [[דרייאיקע אליאנץ]].
 
== כראנאלאגיע==