אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ניקאטין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''ניקאטין''' איז א [[נאטור]]ליכע [[ארגאניזם|ארגאנישע]] [[כעמישע סובסטאנץ|כעמיקאליע]] וועלכע געפינט זיך אין [[טאבאק]] פלאנצונגען. די כעמיקאליע באשטייט פון [[קארבאן]], [[הידראגען]], [[שטיקשטאף]], און [[זויערשטאף]] וועלכע גיבן אינאיינעם א ספעציעלע דערשפיר אינעם מענטש'נס קערפער. א ביישפיל פאר די וואס רויכערן נישט איז קאפעין וועלכע איז די נאנטסטע סארט אייננעמונג צו ניקאטין און גיט די זעלבע סארט סטימולאציע אין א קלענערן פארנעם.
[[טעקע:Nikotin - Nicotine.svg|קליין|230px|כעמישער פארמל פון ניקאטין]]
 
ניקאטין איז אן אדיקטיווער [[סטימולאנט]] וואס מאכט דאס הארץ קלאפן גיכער און טוט דערהעכערן דעם [[בלוט דרוק]]. אויך קען ער מאכן אז א מענטש זאל נישט הונגערן און פארגיכערט דעם [[מעטאבאליזם]]. אזוי ווי ניקאטין איז שטארק אדיקטיוו, מענטשן וואס רייכערן אדער ניצן טאבאק קענען נישט אין גרינג אויפהערן.
 
מ'טרעפט ניקאטין אין רוב פלאנצן פון דער [[נאכטשאטן]] פאמיליע, למשל [[פּאָמידאָר]]ן, [[קארטאפל]], [[פאטלעזשאן|פאטלעזשאנען]] און [[פאפריקע]]. אויך אין דעם [[קאקא]] פלאנץ טרעפט מען ניקאטין. דער ניקאטין טוט ווירקן אויף די נערוון. א גרויסער מאס פון ניקאטין איז [[גיפט]]יק.
 
דער נאמען ניקאטין איז נאך [[זשאן ניקאט]], דער [[פראנקרייך|פראנצויזישער]] [[אמבאסאדאר]] אין [[פארטוגאל]], וואס האט געשיקט זוימען פון טאבאק קיין [[פאריז]] בודק זיין צו מען קען זיי ניצן פאר א מעדיקאמענט.
 
ניקאטין ווערט געניצט ווי א מעדיקאמענט צו היילן געוויסע פעלער פון [[עפילעפסיע]].
 
ניקאטין באטרעפט אינגאנצן 5 פראצענט פון די טאבאק פלאנצונגען און דאס ווערט ארויסגענומען און קאנצעטרירט בעפאר מען לייגט דאס אריין אין פאפיראסן און [[ציגאר]]ן. היינטיגע פאפיראסן פארמאגן צווישן 8 און 20 מיליגראם ניקאטין א פאפיראס, געוואנדן לויט די סארטן. ווען מען רייכערט נעמט דער קערפער נישט אריין מער ווי איין מיליגראם ניקאטין ווייל די איבעריגע גייט אוועק מיט'ן פייער און רויך אבער דאס ביסל וואס גייט יא אריין ברענגט א ספעציעלע סטימולאציע אינעם קערפער צו וועלכע מען געוואוינט זיך צו און מען לעכצט פאר נאך און נאך.