אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטשלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 82:
דייטשלאנד איז אראפגעשטעלט צווישן אנדערע אינדוסטריאלע לענדער וועלכע'ס [[פארפעסטיקונג]] קומט אריין קיין דייטשלאנד דורך די [[ווינט]] און [[רעגן]] און דורך די [[וואסער]]ן. אויך יעדער זומער קומט אריין א שטארקע פאלוציע דורך די מיליאנען [[אויטאמאביל]]ן וועלכע פארן אדורך צו אלע ארומיקע לענדער וויבאלד דייטשלאנד איז אין צענטער פון אייראפע. אפילו אָן די אלע זאכן איז זי זייער אן אנגעשטעקטע לאנד צוליב איר מאסיווע אינדוסטריאלע פראדוקציע און גרויסע צאל אויטאמאבילן. אחוץ די אלע זאכן האט דייטשלאנד א שווערע פראבלעם וואס צו טאן מיט אירע [[מיסט]] ווייל איר טעריטאריע און וואסערן זענען באגרעניצט און זענען צו ווייניק פאר די אפפאל פון אזא ריזיקע פראדוקציע. די דייטשע רעגירונג פלאגט זיך שטארק מיט דעם פראבלעם אבער מיט דער צייט וועט עס נאר ערגער און ערגער ווייל די אלע אפפאל פארפעסטעט די לופט נאך מער. דייטשלאנד האט אויך אסאך געליטן פון די [[טשערנאבל אויפרייס]] אין דעם [[סאוועטן פארבאנד]] (Soviet Union) ווען [[נוקלעארע שטראל]]ן האבן דעגרייכט אירע האפענס.
 
אין די יארן נאך דער [[צווייטער וועלט קריג]] איז די פארפעסטיקונג פיל ערגער געווארן אין מזרח דייטשלאנד ווייל די ארטיקע קאמוניסטישע פירערשאפט האט גאנץ ווייניק אינטערעסירט די סביבה און די וואוילזיין פון אירע איינוואוינער. מען האט אין יענע יארן אנגעהויבן מאכן כעמיקאלן וועלכע פארלאנגן ספעצילע רעגולאציעס עס זאל נישט ארויסלאזן צופיל שעדליכע אפפאל. ווי געזאגט האט די קאמוניסטישע פירערשאפט דאס נישט אינטערעסירט און עס האט מיט די יארן געברענגט אן ערנסטע [[געזונטהייט]] פראבלעם ווען טייל מענטשן האבן אנגעהויבן צו ליידן פון קראנקייטן פון דער [[אטעמען אטעם-סיסטעם]] (respiratory system). די מערב דייטשלאנד רעגירונג האט פארפירט און געבעטן די מזרח רעגירונג צו טאן עפעס דערוועגן אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן. נאך די סאוועט צוזאמענפאל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד זענען צוריק פאראייניקט געווארן האט די רעגירונג אויסגעגעבן א וועלט מיט געלט צו רייניקן די לופט אין די מזרח שטעט.
 
דייטשלאנד האט די אלע יארן זינט איר גרינדונג געהאט די ענווייראמענט אלס איינע פון אירע ערשטע פריאריטיס. במשך די יארן האט זי דעוועלאפט פארשידענע מאסנאמען צו קאנטראלירן די ענווייראמענט, אנגעהויבן פון די פראדוקציע פון עסן ביז די פראדוקציע פון אויטאס. די איינוואוינער פון דייטשלאנד זענען שטענדיג געווען באזארגט איבער די ענווייראמענטאלע מצב אין לאנד און האבן דאס שטענדיג געמאכט אלס א פאליטישע אישו צו וועלכע די פאליטישאנ'ס האבן געמוזט צוזאגן צו טאן עפעס. אין די 970'ס1970ער יארן האט זיך געגרינדעט די גרינע פארטיי וועמענ'ס איינציגסטע ציל און הויפט אישו איז געווען די ענווייראמענט. די אנדערע צוויי פאליטישע פארטייען האבן שטענדיג געמוזט פארשפרעכן נייע מאסנאמען, אויס מורא פאר די גרינע פארטיי וועלכע האט געהאט אסאך שטיצע אין לאנד.
 
צוליב איר זארג פאר דער סביבה האט זיך במשך די לעצטע 50 יאר אנטוויקלט א שטארקע אזויגערופענע "עקא אינדוסטריע" וועלכע האט זיך אפגעגעבן צו פראדוצירן און אויסטרעפן פארשידענע דיווייסעס וועלכע רייניגן און פארמינערן די אנגעשטעקטקייט אין די לופט. די אינדוסטרי האט געברענגט אסאך נייע דזשאבס און האט אויפגעטאן זייער אסאך. די דייטשע רעגירונג האט זיך שטענדיג פארבינדן אין אלע אינטערנאציאנאלע ענווייראמענטאלע אגרימענטס וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך די מאדערניזירטע וועלט.