אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וואלפיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 88 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q160 (translate me)
שורה 22:
דער '''וואלפיש''' איז דאס גרעסטע באשעפעניש אין וואסער און אויך אויף דער יבשה.
 
== געבוי און אטעם -סיסטעם ==
 
וואלפישן דארפן האבן לופט צו אטעמען און זיי פארמאגן ווארעם בלוט, א זאך וואס קיין פיש אין ים האט נישט.
שורה 34:
דער וואלפיש פארמאגט א ריזיגע וויידל וועלכע ווערט צעטיילט אין צוויי ביי די עק גענוי ווי דער הינטערשטער פליגל פון א פליגער. מיט זיין וויידל שווימט ער אבער אנדערש ווי אלע אנדערע פישן רוקט ער די צוויי טיילן ארויף און אראפ אנשטאט זייטיג. ער פארמאגט אויך צוויי אזויגערופענע פליפערס וועלכע זענען ווי זיינע הענט און מיט דעם קאנטראלירט ער זיך פון רעכטס צו לינקס. געוויסע וואל פישן פארמאגן אויך שווים פענכער ווי אלע פיש וועלכע העלפט זיי באלאנסירן זייער קערפער בשעת זיי שווימען.
 
דער וואלפיש אטעמט און פארשטייט זיך אז ער קען נישט אטעמען אונטער'ןאונטערן וואסער און ער וועט דארפן ארויפקומען אויפ'ן אויבערפלאך שעפן אביסל פרישע לופט. צו דעם פארמאגט ער א נאז וועלכע ווערט גערופן דאס בלאזלעכל וועלכע ליגט אויף דער אויבערשטער טייל פון זיין קאפ כדי ער זאל נישט דארפן אינגאנצן ארויסקומען פון וואסער יעדעס מאל ער וויל אטעמען.
 
יעדעס מאל ער וויל אטעמען (ער אטעמט נישט די גאנצע צייט ווי מענטשן און חיות ווי מיר וועלן באלד זען) שווימט ער ארויף צום אויבערפלאך און שטעקט ארויס נאר די אויבערשטע טייל פון זיין קערפער און דאן ציט ער איין א ספעציעלע מוסקל וועלכע האלט פארמאכט זיין בלאזלעכל און אין דער מאמענט בלאזט ער ארויס אלע גענוצטע לופט און אטעמט אריין פרישע לופט. ווען ער איז פארטיג לאזט ער נאך זיין מוסקל און דאס לעכל פארמאכט זיך און ער שווימט צוריק אראפ אין ים.
שורה 42:
טייל וואל פישן האבן צוויי בלאזלעכער און יעדע וואל פיש האט אן אנדערע וועג וויאזוי ער בלאזט ארויס זיין לופט אן די וואס קענען זיך אויס מיט וואל פישן וועלן דערקענען וואספארא סארט פיש דאס איז דורך זען זיין לופט ארויסקומען.
 
זינט זיין לעבן איז אין וואסער קען ער נישט קומען אטעמען יעדע צוויי מינוט און ער איז באשאפן געווארן מיט א ספעציעלע לונגןלונגען סיסטעם וועלכע נעמט אריין א געוואלד אקסיגן וועלכע איז גענוג פאר א לאנגע צייט. א מענטש'נס לונגן האלט נאר 15 פראצענט פון די אקסיגן וואס ער אטעמט אריין אבער א וואל פיש האלט 90 פראצענט דערפון און דאס לאזט אים זיך דרייען אין וואסער.
 
די צייט וואס דער וואלפיש קען זיך דרייען אין וואסער ביז ער דארף נאכאמאל קומען פאר פרישע לופט איז געוואנדן לויט זייערע סארטן. עס הייבט זיך אן פון 30 מינוט און גייט ביז צוויי שטונדן וועלכע איז דער ביעקט וואלפיש. דאס איז א באזונדערע וואונדער וועלכע סייענטיסטן קענען נישט פארשטיין ווייל לויט ווי גרויס און שווער דער וואלפיש איז וואלט זיין לופט נישט געווען גענוג פאר זיין בלוט פלוס. דער וואלפיש דארף מאכן א דייוו אריין אין וואסער יעדעס מאל נאכ'ן אויפנעמען פרישע לופט און ער זיצט נישט אין וואסער אבער האט דאך גענוג לופט.