אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לונג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 28:
מען דארף נישט געדענקן צו אטעמען פונקט ווי מען דארף נישט געדענקן צו בלינקן די אויגן ווייל עס פאסירט אויטאמאטיש. דער קערפער פארמאגט א נערוון סיסטעם וועלכע איז קאנטראלירט דורך א צענטראלע סופער-קאמפיוטער וועלכע איז דער מוח פון וואו עס ווערט ארויסגעשיקט סיגנאלן צו יעדע ארגאן וואס צו טאן און ווען צו טאן. אן אטעם הייבט זיך אן ווען די דיאפראגמע רוקט זיך אראפ און שיקט די מוסקלן פון די לונגען ארויף און עס ווערט געשאפן מער פלאץ פאר דער לופט אין די לונגען. פון דארט פאסירט שוין אלעס אויטאמאטיש וואו מיר האבן פריער עקלערט געבויט אויף גראוויטי און כעמיקאלע עפעקטן. אבער ווער זאגט די דיאפראגמע ווען צו מאכן די נעקסטע איינציאונג און אויסציאונג? דאס ווערט סיגנאליזירט דורך דעם מוח וועלכע מאכט זיכער אז דער קערפער באקומט אירע סופלייען.
 
דער מענטש קען אליינס אויך קאנטראלירן זיין אטעמען אויב ער וויל און עס וועט נישט שאטן. דאס קען אמאל אויספעלן אויב מען איז זייער איבערגעשטרענגט און דאס אטעמען גייט זייער שנעל און מען וויל דאס אפשטילן. די עצה איז צו מאכן לאנגע און טיפע אטעמען וואס העלפט באלאנסירן די [[אטעם -סיסטעם]] דורכדעם וואס עס איז פאראן מער צייט פאר די אקסיגען און קארבאן דיאקסייד צו מאכן זייערע אויפטוישן און דער נערוונערוון סיסטעם וועט מער נישט פארלאנגן אזויפיל אטעמען איינמאל מען לייגט עס צוריק אויף אויטאמאטיש.
 
 
שורה 36:
גענוי פארוואס עס פאסירט אז לופט זאל אריינקומען צו שנעל איז נישט באקאנט און עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס איינס נארישער פון די צווייטע. דאס זעלבע איז מיט עצות וויאזוי אפצושטעלן שליקערצן. עס הייבט זיך אן מיט פארשידענע וועגן וויאזוי צו טרונקן וואסער און ענדיגט זיך מיט פארשידענע וועגן פון אטעמען. למעשה איז קיינע פון די עצות נישט באשטעטיגט געווארן אלס א לעזונג און די עצות גייען פון מאמע צו קינד און אמאל העלפט עס יא און אמאל נישט און אמאל טוט מען דאס אזוי לאנג ביז מען שליקערצט שוין מער סייווי נישט.
 
היסן איז שוין א צווייטע מעשה. א היס פאסירט ווען עס קומען אריין פרעמדע באשטאנדטיילן אין דידער רעספירעטאריאטעמען סיסטעם. עס קען זיין אביסל שטויב, א שלעכטע גערוך, אדער א כעמיקאל וועלכע דער קערפער פארנעמט נישט. נאך א וועג פון היסן איז ווען עסן גייט אריין אין די לופט רערן בטעות. אין אלע פעלער וועלן די נערוון וועלכע זענען פארבינדן מיט די רעספירעטארי דערשפירן די פרעמדע באשטאנדטיילן און די לונגען וועלן רעאגירן מיט א שנעלע רעאקציע פון ארויסשטויסן דאס גאנצע לופט וואס עס פארמאגט אינאיינעם פון וואס איז אריינגעקומען אן רשות.
 
א היס גייט מיט א שטארקע קראפט און עס ברענגט ארויס צווישן צוויי און פינף טויזענט פיצעלע טראפן וועלכע אנטהאלטן באקטעריע. אויב א מענטש האט א רעספירעטארי קראנקייט וועלן די קליינע טראפן קענען אריבערגיין צו אנדערע און פון דארט ווייטער און אזוי גייען ארום וויירוסעס פון איין מענטש צו די צווייטע.
שורה 52:
פראבלעמען מיט די לונגען זענען איינגעטיילט אין צוויי קאטאגאריעס. די ערשטע איז פראבלעמען מיט דידער [[אטעם -סיסטעם]] און די צווייטע איז פראבלעמען פון דעם אקסיגען און קארבאן דיאקסייד עקסטשעינדזש. אסטמא, עמפיסעמא, בראנטשיטיס, און ענליכע פראבלעמען זענען מיט די לופט רערן וועלכע זענען שמעלער, שטייפער, אדער געשוואלן און לאזן נישט די לופט געהעריג דורכגיין. טייל מענטשן ליידן דערפון זייער גאנץ לעבן און באקומען אטאקעס פון צייט צו צייט וועלכע ווערט אויפ'ן ארט באהאנדלט מיט מעדיצין.
 
אנדערע לונגען פראבלעמען זענען ווען די לונגען קענען נישט געהעריג אויפטוישן דעם אקסיגען מיט דעם קארבאן דיאקסייד און דער מענטש באקומט נישט גענוג אקסיגען. רויכערן איז זייער שעדליך צו די לונגען וועגן אט די סיבה ווייל די רויך עפעקטירט די אקסיגען וועלכע קומט אריין און גייט שפעטער אריין אין דעם בלוט.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/לונג"