אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
רבי משולם דוד איז געבוירן געווארן אין תרפ"ב צו הרב [[יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק]], שטאטס רב פון [[בריסק]] און זיין ווייב, מרת אלטא הינדא, טאכטער פון הרב [[חיים אוירבאך]]. ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי אשר שטערנבוך פון [[לאנדאן]], א שוועסטער פון הרב [[משה שטערנבוך]], היינטיקער ראב"ד פון דער [[עדה החרדית]].
 
ער איז געווען א מגיד שיעור אין דער [[בריסקער ישיבה]] פון זיין ברודער הרב [[יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (ירושלים)|בערל]]. נאך זיין ברודערס פטירה זענען געווען חילוקי דעות ווער זאל איבערנעמען די ישיבה, און רבי משולם דוד האט אויפגעשטעלט אן אייגענע ישיבה אינעם [[גוש שמונים]] געגנט אין [[ירושלים]]. רבי דוד'ס ישיבה פירט זיך ווייטער אין דער בריסקער שיטת הלימוד, מיט א דגש אויף התמדה אין לערנען. די ישיבה פון זיין נעפע רבי אברהם יהושע לייגט א דגש אויף חריפות אין לערנען. אנדערש ווי רבי אברהם יהושע, וואס איז שטארק מקפיד נישט צו פארשפרייטן זיינע שיעורים אינדרויסן פון דער ישיבה,רבי דוד'ס שיעורים זענען געדרוקט און פארעפנטליכט.
 
== משפחה ==