אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל בייליס"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
(אויטאביאגראפיע)
אין תקציר עריכה
אפילו ביי די גוים, האט די זאך אויסגעזען אזא פשוט'ע ליגנט, עס איז ממש געווען א געלעכטער. אלע זענען זיכער געווען אז דער מעשה איז געטון געווארן דורך צעביריאק און דעם קבוצה אירע. קומען מענטשן און רידערן ארום וועגן יודן וכו'. ליידער ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אז דאס איז בכלל נישט קיין געלעכטער. די "שווארצע הונדערטער" האבן דא געמאכט א קשר קעגן דעם יודישן פאלק. זיי האבן געהאט זייער א גרויסע השפעה בימים ההם, און זיי האבן זיך געגרייט ווייטער צו גיין מיט זייערע פלענער.
 
דעם אחריות אויפ'ן פראצעס האט מען ארויפגעלייגט אויף דער הויפט-פארשער "פענענקו". ער האט אנגעהויבן זיינע חקירות ביים נאכפרעגן ביי די שכנים און מעסטן דעם מרחק פון דעם הויז פון טשעביריאק ביז צום הייל ווי מ'האט געטראפן אנדרושה, ווי אויך דעם מרחק פונ'ם ציגל פאבריק ביז צום הייל. אזוי האט ער חוקר געווען עטליכע חדשים. ביזדערווייל זענען געקומען עטליכע באהאלטענע פאליציי און זיך געדרייט אין דעם פאבריק. זיי האבן געפרעגט די בייליס קינדער אויב זיי האבן געקענט אנדרושה. איינער איז געקומען וואוינען אין א הויז קעגן איבער דעם פאבריק. ערשט שפטער איז ר' מענדל געוואר געווארן אז ווען זיי האבן געזען אז דער חקירה קומט נישט אויס ווי זיי האבן געוואלט.. האבן זיי משחד געווען די רוסישע קינדערמיט ציקערלעך וכו' צו זאגן אז אנדרושה פלעגט זיך דרייען אינ'ם פאבריק און אז די קינדער האבן געשפילט מיט עםאים...
 
== ה. איינגעזעצט ==
81,808

רעדאקטירונגען