אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 84:
==בלאקיר דעם ערשטן זייט אז נאר סיסאפן זאלן דאס קענען טוישן==
אויף וואס ווארטסטו? איינער זאל מארגן אריין לייגן א שמוציג בילד אויף דעם גאנצן ערשטן זייט. אז באנוצער יעקב האט זיך דאס ערלויבט צו טאן און דאס האט געקענט ליגן אגאנצען טאג ווייזט דאס אויף א פירצה קורא לגנב ביטע פארשפאר דאס.--[[באַניצער:יחזקאל|יחזקאל]] 22:26, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
 
קומענדיגס מאהל קוק ערשט אין ארטיקל דא די גאנצע זאך איז באשריבן, דערפאר האב איך דאס געמעקט. חוץ פון דעם, די ערשטע זייט איז נישט געמאכט פאר דעם, האסט דאס געקענט שרייבן דא. דאס שמעקט מיט וואנדאליזם אין ערגסטען פאל, און אומפאראנטוואליכקייט אין בעסטען פאל
 
ענטפער: איך קוק נישט צופיל אין אלע ארטיקלעך, איך האב נישט באמערקט אז עס האט א אנדערע פלאץ, איך שרייב דיר דא, ווייל איך שאץ דיך פאר א בעל דעת- לאמיר דיך פרעגן אפען הארציג, איז דאס טאקע די ערשטע ווארט צו שרייבן "דאס שמעקט מיט וואנדאליזם", קענסט מיר אפשר מסביר זיין מיט שכל וואס האט דאס צו טון מיט וואנדאליזם, - איך בין אינטערסירט צו אלע שרייבערס דא זענען אשי מלחמה??, גלייך מיט געווער? איך זעה דא געשלעגן צווישן די שרייבערס וואס פאסט בכלל נישט פאר אידן שומרי תורה ומצות, מיט ווילדע ווערטער?, ביי א אנדערע געלעגנהייט האב איך באמת הנאה געהאט פון דיין געמאסטענע שטעלונג, דוקא נישט ווילד, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין דיין לשון אין דעם פאל, משום והייתם נקיים מה' ומישראל, ידידך --[[באַניצער:יעקב|יעקב]] 02:24, 4 אקטאבער 2006 (UTC)