אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעלזא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 10:
=== ר' יהושע ===
{{הויפט ארטיקל|יהושע רוקח}}
רבי יהושע, ''דער מיטלער בעלזער רב'', נאך אים האט איבער גענומען דאס רבנות פון דעם שטעטל בעלזא זיין יונגסטער זוהןזון רבי יהושע רוקח, באקאנט אלס דער גרויסער לוחם קעגן דער רעפארם באוועגונג און משכילים. ער האט געגרינדעט אן ארטאדאקסישע באוועגונג אין גאלציע באקאנט אלס 'מחזיקי הדת'. אויך האט ער געגרינדעט דעם ערשטן ארטאדאקסישן צייטשריפט אונטערן נאמען 'קול מחזיקי הדת'. ער איז נפטר געווארן כ"ג שבט תרנ"ד אין [[וויען]], [[עסטרייך]] נאך א געפאהרפולער אפאראציע וואס ער איז אריבער, און ליגט אין בעלזא.
 
[[טעקע:Yissachar Dov Rokeach.jpg|קליין|הרב ישכר דוב רוקח]]
שורה 21:
=== ר' אהרן ===
{{הויפט ארטיקל|אהרן רוקח}}
נאך רבי ישכר דוב איז געקרוינט געווארן זיין עלטסטער זוהןזון רבי אהרן רוקח אלס רב פון דער שטאט בעלזא. באקאנט אלס זעלטענער פרוש און קדוש וטהור, עס איז געפאלען א שרעקליכע פחד דקדושה אויף יעדער וואס האט נאר געקוקט אויף זיין הייליגער געזיכט, אלע צדיקים פון זיין דור האבן זיך מכניע געווען פאר אים, ער איז אנגענומען אלס דער ריכטיגער 'צדיק הדור' פון זיינער צייט ביי אלע חסידישע און אפילו טייל ליטווישע קרייזן אן אויסנאם.
 
נאך דער [[חורבן אייראפע]] האט רבי [[אהרן רוקח]] זצ"ל, וועלכער איז געווען באקאנט אלס א מלאך אלוקים מיט זיין הייליגער פירונג, צוריק אויפגעבויט די קהילה אין ארץ-ישראל און אין חוץ-לארץ. ער איז נפטר געווארן פלוצלינג מוצאי שבת עקב [[כ"א אב]] תשי"ז אין ירושלים עיר הקודש, זיין פטירה האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן ארטדאקסישן יודענטום איבער דער גארער וועלט. ער ליגט אין [[הר המנוחות]] אין גבעת שאול, ירושלים.