אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברויט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט: לייגט צו gn:Mbujape
שורה 15:
אויב איר נעמט א רעפטל ברויט און וועט דאס באטראכטן פון דער נאנט וועט איר באלד באמערקן אז דאס איז פיל מיט קליינע לעכער. די לופט לעכער מאכן דעם ברויט ווייעך ווי א ספאנדזש. איר וועט אויך באמערקן אז ברויט איז פייכט. אויב איר וועט לאזן דעם רעפטל אינדרויסן פאר עטליכע שטונדן וועט די גאנצע פייכקייט אויסטרוקענען און דאס רעפטל וועט מער נישט זיין צום עסן.
 
כדי צו מאכן א ברויט דארף מען נאכפאלגן צוויי יסודות. די ערשטע יסוד פון ברויט איז די לופט לעכער וואס אן דעם וועט דאס קיין ברויט קיינמאל נישט זיין. צו דעם פארלאנגט זיך הייוון וועלכע עסט אויף די צוקער און באשאפט אלקהאלאלקאהאל און [[קארבאן דיאקסייד]] אין דעם פראדעצורפראצעדור. די קארבאן דיאקסייד גאז מאכט די לעכער אינעם ברויט און עס גייט נישט ארויס פון די ברויט אפילו ווען עס ליגט אינעם הייסן אויוון און דאס ברויט בלייבט ברויט. אויב זאל די קארבאן דיאקסייד ארויסגיין וועט די ברויט באלד ווערן ווי א קיכל. די אלקהאל וואס ווערט באשאפן ווערט יא אויסגעברענט ווען עס באקט זיך און דאס גיט א טעם פאר'ן ברויט.
צווייטענסצווייטנס דארף א גוטעגוט ברויט געמאכט ווערן דייקא פון [[ווייץ]] מעל און דארף ווערן געקנעטן ביז עס ווערט א ווייכע טייג. מען קען מאכן ברויט אויך פון אנדערע סארט מעל, אבער א גוטע ברויט איז געמאכט פון ווייץ וויבאלד ווייץ פארמאגט אין זיך א פראטעין וועלכע ווערט גערופן גלוטאן וועלכע נעמט אויף די קארבאן דיאקסייד וועלכע ווערט געשאפן און האלט דאס צוזאמען און מאכט די טייג ווי א באלון וועלכע קען זיך אויסציען. ווען דאס ווערט אפגעבאקן בלייבט דאס צוזאמענגעהאלטן אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי ווען עס איז געווען א טייג וויבאלד די קארבאן דיאקסייד גייט נישט ארויס ווי מיר האבן פריער ערקלערט.
 
מ'קען באקן ברויט אויך מיט מעל געמאכט פון אנדערע סארטן תבואה, ווי [[ספעלט]], [[גערשט]] און [[קארן]].
 
== הייוון און איר ראלע אין ברויט ==