אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אפרים קציר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''אפרים קציר (קאטשאלסקי)''', 16טן מיי 1916 - 30סטן מיי 2009, א ישראלדיקער ביאפיזיקע...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 00:46, 27 יאַנואַר 2013

אפרים קציר (קאטשאלסקי), 16טן מיי 1916 - 30סטן מיי 2009, א ישראלדיקער ביאפיזיקער, און דער פערטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, ער האט געווינען מערער פרעמיעס פאר זיינע אויפטוען דורך ישראלדיקע ארגאניזאציעס.

קציר איז געבוירן אין שטאט קיעוו, אין די דעמאלסטיגע רוסלענדישע אימפעריע, היינט אין אוקראינע, נאך די ערשטע וועלט מלחמה איז די משפחה צוריק קיין לאדזש פוילן, ווי די משפחה האט געוווינט איידער די קריג האט אויסגעבראכן. אין די 1920ע יארן, האט זיין משפחה געמאכט עליה און געקומען קיין ארץ ישראל.

ער האט זיך אנגעשלאסן אין די הגנה, און זייענדיג א פיזיקער, האט זיין ארבעט דארט זיך בעיקר געשטעלט אויף אזעלכע פעלדער. זיין ברודער אהרן קציר אויך א פיזיקער, איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע דורכגעפירט דורך יאפאנעזער, אין די טערמינאל פון בן גוריון פליפעלד.

אין מערץ 1973, האט די מפא"י אים אויפגענומען אלס זייער קאנדידאט פאר פרעזידענט, נאכן געווינען די נאמינאציע קעגן יצחק נבון, ער האט געווינען די אפשטימונג אין כנסת, קעגן אפרים אויערבאך, און געווארן די פערטע פרעזידענט פון מדינת ישראל.

נאכן ענדיגן זיין ערשטע קאדענציע אין 1978 האט ער רעזיגנירט, און צוריק אויף זיין פארש ארבעט אין פיזיק. ער האט אויפגעשטעלט אין די תל אביב אוניווערסיטעט א ביאטעכנאלאגיע אפטיילונג, ווי אויך אין די ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט, ווי ער האט געגרינדעט די אפטיילונג נאך פארן ערוויילט ווערן.

אין מיי 2009 איז ער געשטארבן, און ער איז באגראבן געווארן אין רחובות, לויט זיין צוואה, און נישט אויף הר הרצל, אין ירושלים מיט די פירער פון די פאלק.