אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "איסלאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
[[בילד:IconeIslam.png|left]]
 
'''‫איסלאַם''' (إسلام אין אַראַביש) איז אַ [[מאָנאָטעיִזם|מאָנאָטעיִסטישע]] רעליגיע װאָס איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן דורך [[מױכאַמאַדמוחמד]]., עסאינ'עם איז5'טען דאָ הײַנטיאר-הונדערט אין דערדעם װעלט[[אראבישן אומגעפֿער 1פענינסולא]].3 מיליאַרד מוסלאַמער.
 
==היסטאריע==
מוחמד האט אנגעגעבן אז ער האט געהאט א חזיון פון מלאך גבריאל, וועלכער האט אים מבשר געווען דעם בשורת האמונה און אים אנגעבאטן דאס צו פארשפרייטן. מוחמד האט באלד דערנאך אנגעהויבן צו פארשפרייטן דעם נייעם רעליגיע, און האט זיך געשאפט פילע נאכפאלגער. דאס ערפאלג פון דעם נייעם באוועגונג האט אים געגעבן שטיצע אויף אנצוגיין ווייטער, און מוחמד האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קאמפיין איבער צו פירן די מענטשן פון זיין לאנד צו זיין גלויבן.
 
דאס איסלאמישע גלויבן האט געפועל'ט אויף צו פאראייניגן דאס אראבישע פאלק, וועלכע זענען ביז דאן געווען פארשפרייט אין פילע שבטים איבער די מדבריות פון [[אראביע]], און זיי אויפגעבויעט אלץ א מעכטיגע סאציעלע און מיליטערישע קראפט. א גייסט פון קנאות האט געשוועבט צווישן די ניי-גלויביגע מוסלמענער, און זיי האבן זיך אנגעגארטלט צו פארשפרייטן איסלאם צו אלע פעלקער ארום. דאס האט געפירט צום אויפבוי פון דעם אראבישן אימפעריע אונטער'ן פירערשאפט פון דעם קאליף, און האט אריינגענומען פילע לענדער אין אזיע ביז אין ווייטן אייראפע.
 
עס איז דאָ הײַנט אין דער װעלט אומגעפֿער 1.3 מיליאַרד מוסלאַמער.
 
==יסודות פון איסלאם==
דאס איסלאמישער גלויבן פארלאנגט מען זאל גלויבן אין איין איינציגער גאט און אין זיינע נביאים. זיי נעמען אן אלע נביאים פון דער תנ"ך, אריינגערעכנט די אבות, משה, אהרן, שמואל, דוד, וכדו'. אויך גלייבן זיי אין דעם [[ברית חדשה]] פון די קריסטן, און האלטן אז [[ישו הנוצרי]] איז געווען א נביא אבער נישט קיין גאט. זיי גלייבן אז מוחמד איז געווען דער לעצטער נביא, און עס איז א פליכט אויף דער מענטשהייט אנצונעמען זיינע לערנונגען אלץ די רייד פון גאט. זיינע לערנונגען זענען געווארן אפגעשריבן אין דעם '''[[קוראן]]''', וועלכע איז דער הייליגער בוך פאר מוסלמענער.
 
 
===די פינף עמודים===
איסלאם פארלאנגט טריישאפט צו די פאלגענדע פינף הויפט פרינציפן.
 
'''שאַהאַדאַ''' (עדות זאגן - סהדא)
דער וויכטיגסטער פרינציפ אין איסלאם איז צו ערקלערן מיטן מויל אז קיינער איז נישט ווערט מען זאל אים דינען נאר גאט אליין, און אז מוחמד איז דער שליח פון גאט. דער פרינציפ מוז געזאגט ווערן ביי יעדן תפלה, און מיט דעם דעקלעראציע ווערט א נישט-מוסלים אפיציעל אריבער געברענגט צו איסלאם.
 
'''סאַלאַת''' (געבעט - צלאה)
מוסלמענער מוזן אפרעכטן סאַלאַט (תפלות) פינף מאל א טאג אלץ אן אקט פון שעבוד און קבלת עול צו גאט. עד ברויך דינען אלץ א דערמאנונג אויף זיך צו פירן אויפ'ן גוטן וועג און זיך צוריקהאלטן פון שלעכטס. דאס אפרעכטן די תפלות האט א ספעציעלן סדר, וועלכע רעכנט אריין ווידוי בפה מיט קניען און בוקען, וואס מוסלמענער גלייבן אז דער מלאך ג'יבריל (גבריאל) האט אויסגעלערנט פאר מוחמד.
 
'''זאַקאַט''' (געבן צדקה - זכאה)
געבן צדקה פאר ארימעלייט און אנדערע באדערפנדע מוסלמענער פון דעם אייגענעם רכוש. דער פרינציפ איז געמאכט אויף צו פארגרינגערן עקאנאמישע שוועריגקייטן און אויף צו פארמיידן אומגלייכהייט ביי מענטשן.
 
'''צאַום''' (פאַסטן - צוֹם)
מוסלמענער זענען אנגעבאטן צו פאסטן אין דעם חודש פון ראַמאַדאַן. עס איז דאן פארבאטן צו עסן, טרינקען, אדער פירן געשלעכט פון אינדערפרי ביז'ן זון אונטערגאנג. אין דעם חודש ווערט מען אנגעבאטן זיך צו אריינקלערן אין די מעשים וואס מען טוט, און זיך ספעציעל צוריקהאלטן פון זינד און זיך פארנעמען גלייכע פירונגען אויפ'ן עתיד.
 
'''חאַג' ''' (פייערונג - חג)
דער חאַג' איז דער געבאָט אויף עולה רגל צו זיין כאטשיג איין מאל אין לעבן צו דעם קאַאבּאַ אין דער מוסלמענישער הייליגער שטאט [[מעקאַ]]. דער חאַג' קומט פאר אין דעם חודש דוּ-אַל-כידזאַ, און איז א געבאָט פאר יעדער מוסלים וואס קען דאס פיזיש און פינאנציעליש מקיים זיין.
 
 
 
== פון זייערע געזעצן ==