אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זלמן שזר"
צבי (שמועס | בײַשטײַערונגען) געשאַפֿן בלאַט מיט ''''זלמן שזר''' (ארויסגעזאגט שאַזאַר), ארגינעלע נאמען שניאור זלמו רובאשאוו, איז געבוירן גע...' |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע ביי 16:40, 28 דעצעמבער 2012
זלמן שזר (ארויסגעזאגט שאַזאַר), ארגינעלע נאמען שניאור זלמו רובאשאוו, איז געבוירן געווארן דעם 24סטן נאוועמבער 1889, געשטארבן דעם 5טן אקטאבער 1974. ער איז געבוירן געווארן אין שטאט מיר, אין גראדנע גובערניע, אין די דעמאלסטדיקע רוסישע אימפעריע.
ער איז געווען דער דער דריטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, א שריפטשטעלער, א דיכטער און א היסטאריקער. געווען פון די אנגעזענע פערזענליכקייטן צווישן די ציונים, א חבר כנסת און די ערציאונגס מיניסטער אין די ערשטע ישראל רעגירונג.
ער איז געבוירן צו א חסידישע חב"ד פאמיליע, אלס קינד האט ער זיך שוין באקענט מיט העברעישע ליטעראטור. אין 1903 אלט זייענדיק 14 יאר, האט ער שוין רעדאגירט א מאנאטליכע ציוניסטישע אויסגאבע, שזר האט זיך אנגעשלאסן אין די פועלי ציון פארטיי ביי די זעכצן יאר.
אין יאר 1920 האט ער חתונה געהאט, צו זיין ווייב רחל קאצענעלסאן. אין 1924 האט ער געמאכט עליה מיט זיין ווייב, און ער איז גלייך אריין אין די לאקאלע פאליטיק פון די מפא"י, און א שרייבער אין די צייטונג דבר, א צייטונג ארויסגעגעבן דורך די אלגעמיינע ארבעטער פאראיין.
אין 1963, נאכן טויט פון יצחק בן-צבי, איז שזר אויפגענומען געווארן פאר פרעזידענט, ער איז געווארן איינגעשוווירן 21סטן מיי 1963. אין 1968 איז ער ווידערוויילט געווארן צו א צווייטע קאדענציע.
שזר איז אוועק אין 1974, און אין זיין אנדענק האט מען אויפגעשטעלט "די זלמן שזר צענטער פאר יידישע שטודיעס", און זיין בילד איז אויף די שטר פון 200 ניי שקל.
ער האט שטענדיק געהאט א ספעציעלע פארבינדונג מיט ליובאוויטש, און פלעגט קומען צו התוועדות אין כפר חב"ד, ווי אויך פלעגט ער קומען באזוכן די רבי ווען שזר האט באזוכט אין ניו יארק.