אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליובאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון 84.228.9.32 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון ZéroBot
שורה 32:
 
== לעצטן רבין'ס שיטות ==
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] מלךזצוקלל"ה המשיחנבג"מ שליטזי"אע , האט שטענדיק זיך געמישט אין רעגירונג [[פאליסי]] ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון [[פאליטיק]]. ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט [[אראבער]] און אז זיי פארשטייען בלויז דעם [[מיליטער|מיליטערישען]] פויסט. באזירט אויף דעם שולחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליונען אידן וואס לעבען דארט. זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות, נאר מיט פיקוח נפש. עס איז באקאנט זיין [[לאזונג]] פון אף שעל וואס האט שטענדיק געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. זיינע חסידים זענען געווען די אקטיווע קאמפיינער פאר [[ביבי נתניהו]]'ס געווינס דאס ערשטע מאל.
 
די אפיציעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין [[פאליטיק]] אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואולטעטיגע קירוב ארבייט פון ופרצת.
 
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] מלךזצוקלל"ה המשיחנבג"מ שליטזי"אע , פלעגט שטענדיק צו יעדער געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן [[משיח]], און מחזק זיין די [[אמונה]] און ציפיה צו ביאת המשיח. ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די [[ברכה]] פון [[שמונה עשרה]] "את צמח דוד עבדך '''מהרה''' תצמיח...כי לישועתך קיווינו '''כל היום'''". אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין [[רמב"ם]] די [[הלכה|הלכות]] פון [[גאולה]] און ימות המשיח, און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע.
 
שוין פון די ערשטע יארן פון זיין אדמו"רות פלעגט דער ליובאוויטשער רבי זאגן אז '''דער''' דור איז דער לעצטער דור פון [[גלות]]. אין יאר [[ה'תשנ"א]] האט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופן אז מען דארף לאזן וויסן אלע אידן אז זיין [[שווער]] (דער פריער'דיקער ליובאוויטשער רבי, רבי [[יוסף יצחק שניאורסאן]]) האט שוין געזאגט אלס א [[נביא]]: "'''ענווים, הגיע זמן גאולתכם"'''
שורה 42:
צוליב דעם און צוליב זיין אָפטע רייד וועגן משיח האבן רוב פון זיינע חסידים אנגענומען אין זיין לעבן אז ער איז געווען דער פאסיקסטער פון דעם גאנצן דור צו זיין דער משיח. זיי פלעגן אנווייזן אז ער שטימט צו זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם, ספעציעל לויט'ן כלל אז משיח וועט [[חוזר בתשובה|מחזיר בתשובה]] זיין פיל אידן צום דרך התורה. אויך פלעגן זיי אנווייזן אויף דאס וואס ער האט גערופן זיין שווער "נשיא דורנו" כאטש ער האט שוין נישט געלעבט. די חסידים האבן דאס אויסגעטייטשט, אז כאטש ער אליין רעדט טאקע אויף זיין שווער, אבער די זאכן וואס ער זאגט שטימען און ווערן צו אים אליין.
 
נאך זיין הסתלקות האבן א טייל פון זיינע חסידים אויפגעהערט צו זאגן אז ער איז משיח, און האבן אויסגעטייטשט אז כאטש ער האט וואלט געקענט זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם און איז געווען אין דער ריכטיגע מדריגה, איז אבער דער דור נישט ראוי געווען דערצו (סיידן אויב עס וועט זיין צו אים "[[תחיית המתים]]" נאך פאר משיח'ס קומען (ווי עס שטייט אין גמרא וועגן געוויסע צדיקים), וועט ער קענען ווערן צוריק דער "משיח").
 
אבער א טייל חסידים גלויבן נאך ווייטער אז ער וויט זיין דער משיח, באזירט אויף די גמרא וועלעכע זאגט אז משיח קען זיין אויך פון די פארשטארבענע. די דאזיגע ווערן אנגערופן "[[משיחיסט]]ן".
 
די הויפט חב"ד ארגאניזאציעס, ווי אויך דאס רוב "חב"ד שלוחים", [[רבנים]] און [[ראשי ישיבות]] האלטן אין איין מלחמה האלטן מיט די וואס מיינען אז ס'איז ריכטיג וועגן דעם צו פובלעצירען, זייער מיינונג איז אז דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געוואלט מזאל רעדן וועגען ווער איז משיח נאר וועגן זיך צוגרייטן און מתפלל זיין אויף דעם קומען פון משיח.