אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים הערצאג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''חיים הערצאג''', געבוירן 17טן סעפטעמבער 1918, געשטארבן 17טן אפריל 1997. איז געווען דע...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 15:39, 14 דעצעמבער 2012

חיים הערצאג, געבוירן 17טן סעפטעמבער 1918, געשטארבן 17טן אפריל 1997. איז געווען דער זעקסטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, דער ישראל אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער, אן אפיציר אין צה"ל, און א כנסת דעפוטאט.

געבוירן אין בעלפאסט אירלאנד, צו זיין טאטע הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג, וועלכע איז דעמאלסט געווען די הויפט רב פון אירלאנד. שפעטער אין יאר 1937 די הויפט אשכנזישע רב אין ארץ ישראל, און נאך די מלחמת השחרור די ערשטע הויפט רב פון ישראל.

חיים איז געווען אין זיין יוגענט א ספארטלער מיט מערערע אויסצייכענונגען, געווען דער טשעמפיאן פון אירלאנד אין באקסן אין שווערע וואג.

זיענדיג 21 יאר, האט ער אנגהעויבן שטודירן געזעץ, אין קעמברידזש און אין לאנדאן אוניווערזיטעטן, ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט ער געדינט די די בריטישע קעניגליכע ארמיי. נאך די מלחמה האט ער אויסגעפארשט היינריך הימלער.

נאכן קריג איז ער געגאנגען צוריק צו ארץ ישראל, ביי די מלחמת השחרור האט געדינט אלץ אפיציר אין די 7טע בריגאד, און געהאלפן אויפשטעלן די אויסשפיר דינסט פון צה"ל.

אין יאר 1975 ביז 1978 איז ער געווען אמבאסאדאר צו די פאראייניגטע פעלקער. אין זיין צייט האט די יו ען אנגענומען א באשלוס, וואס פארגלייכט ציוניזם צו ראסיזם, אין זיין רעאקציע רעדע, האט ער צוריסן די החלטה פאפיר, אויף פיצלעך. בריטישע היסטאריקער האבן אריינגערעכנט זיין רעדע, אין די פופציג גרויסע רעדעס אין היסטאריע.

אין 1981 איז ער ערוויילט געווארן אלס כנסת דעפוטאט, פון די עבודה פארטיי. אין 1983 האט ער זיך פארמאסטן פאר די פרעזידענט אין וועלכע ער האט געווינען. ער האט אנגעהאלטן צוויי קאדענציעס ביז מיי 1993.

ער איז נפטר געווארן 17טן אפריל 1997, ער איז באגראבן אין הערצל בארג אין ירושלים, ווי אלע פאליטישע פערזענליכקייטן פון די מדינה זענען באגראבן.

זיין זון איז יצחק (בוזשי) הערצאג, א כנסת דעפוטאט פון עבודה פארטיי.