אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עזר ווייצמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''עזר ווייצמאן''' געבוירן דעם 15טן יוני 1924, געשטארבן 24סטן אפריל 2005. ער איז געווען ...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 23:54, 23 נאָוועמבער 2012

עזר ווייצמאן געבוירן דעם 15טן יוני 1924, געשטארבן 24סטן אפריל 2005. ער איז געווען א הויכראניקער אפיציר אין צה"ל, פון די גרינדער פון די לופט קרעפטן. א פאליטיקער און פרעזידענט פון ישראל.

זיין טאטע איז געווען א ברודער פון חיים ווייצמאן, די ערשטע פרעזידענט פוןישראל, און פארזיצער פון אלוועלטלעכע ציוניסטישע באוועגונג. ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האט ער געדינט אלס פליער אין די קעניגליכע לופט קרעפטן פון גרויסבריטאניע, נאכן מלחמה האט ער זיך אנגעשלאסן אין די אצ"ל און דערנאך אין די הגנה.

זייענדיק א פילאט, האט ער געהאלפן גרינדן די אפטיילונג פון לופט פארטיידיגונג, ביי די מלחמת השחרור, ביי די זעקסטאגיקע מלחמה, איז ער געווען פון די פלאנירער פון די אטאקע קעגן די אראבישע לענדער, וואס האבן טייל גענומען אינעם קריג.

נאכן פארלאזן די ארמיי איז ער אריין אין פאליטיק, אנהייב אין ליכוד, ווי ער האט געדינט אלס זיכערהייטס מיניסטער אונטער מנחם בעגין. ער האט דערנאך פארלאזט די ליכוד, און זיך פארמאסטן מיט בנימין בן אליעזר אין א פארטיי וואס האט זיך אנגעשלאסן אין די עבודה.

אין יאר 1992 האט ער רעזיגנירט פון כנסת, א יאר דערויף איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט אלס קאנדידאט פון די לינקע. אין 1998 איז ער ווידעראמאל ערוויילט געווארן צו א צווייטע טערמין, ער האט רעזיגנירט אין יאר 2000 נאך ער איז געווארן פארדעכטיגט אין טון קרימינאלע פאברעכנס ווען ער איז געוען אין כנסת, ער איז קיינמאל נישט געווארן אנגעקלאגט.