אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין בן אליעזר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''בנימין בן אליעזר''' איז א כנסת מיטגליד, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל. ...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 23:23, 23 נאָוועמבער 2012

בנימין בן אליעזר איז א כנסת מיטגליד, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל.

ער איז געבוירן דעם 12טן פעברואר 1936, אין די שטאט באצרא אין איראק, זיין נאמען ביים געבוירן איז געווען פואד, זיין צונאמען ביז היינט אין ישראל, זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה אין יאר 1950, דעמאלט האט ער זיך געטוישט די נאמען אפציעל צו בנימין.

אין יאר 1954 איז בן אליעזר אריין אין מיליטער, אין די גולני בריגאדע אלס א קעמפער, ער איז געשטיגן אויפן מיליטערישן לייטער אלס אפיציר. ביי די לבנון ברודער קריג, האט ער געהאלפן די קריסטן אין מערערע הינזיכטן, ווי אויך אנקניפן באציאונגען צווישן די קריסטליכע לבנון מיט ישראל.

אין 1982, האט ער פארלאזט די ארמיי, און זיך געוואנדען צו פאליטיק. ער האט אנגעהויבן אין א פארטיי וואס עזר ווייצמאן האט געגרינדעט, נאך די וואלן איז ער אריין אין כנסת, די פארטיי האט זיך פאראייניגט מיט די עבודה, ווי ער האט געדינט אלס מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען.

אין 1994 האט יצחק רבין, אים געשיקט קיין טוניסיע, זיך צו טרעפן מיט יאסער אראפאט.

אין 2001 האט אריק שרון אים געשטעלט אלס זיכערהייטס מיניסטער. אין זיין תקופה האט זיך די אינטיפאדע אנגעהויבן.

היינט איז ער פון די עלסטע אמטירנדע כנסת דעפוטאטן, פון די עבודה פארטיי.

[[he:בנימין בן אליעזר