אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עסן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 18:
 
== פראטעינס ==
{{אנווייז צום הויפט טעמעארטיקל|פראטעין}}
פראטעינס איז פונקט די פארקערטע פון קארבאהידראטן און איז פיל שטערקער. קארבאהידראטן זענען זיס און פליסיג און פראטעינס זענען ביטער און שטייף. דער הויפט טייל פון פראטעינס איז עסיד וועלכע איז 20 פראצענט פון דער מענטשליכער קערפער (60 פראצענט איז וואסער און די איבעריגע זענען וויטאמינען און מינעראלן ווי קעלסיום אין די ביינער).
די עסיד אין פראטעין איז איינגעטיילט צו צוויי טיילן, גלייסין און אלאנין. וועלכע ווערן באשאפן פון 100 אנדערע ערליי עסידס וועלכע געפינען זיך אין אלע געוואוקסן אין די וועלט. דער קערפער קען אויך באשאפן עסיד דורך פארשידענע כעמיקאל רעאקציעס וועלכע ווערן געשאפן אין די געדערים אבער די סארט עסיד ווערן אנגערופן די אומוויכטיגע עסידס. די וויכטיגע עסידס קען נאר קומען פון עסן און דער קערפער מוז דאס בסדר באקומען און אויב נישט שפירט מען דאס אין די ביינער ביז א קורצע צייט.
שורה 26:
 
== פעטנס ==
{{אנווייז צום הויפט טעמעארטיקל|פעט}}
פעטנס איז אויל וועלכע איז קלעבעדיק. א מענטש באקומט פעטנס פון דריי קוועלער: פעטנס פון בהמות, פארשידענע עסנס וועלכע פארמאגט גרינצייג אויל, און געפרעגלטע עסן אין אויל. עס זענען פאראן צוויי ערליי פעטנס ווען מען אינדענטיפירציט זיי כאטש ביידע זענען די זעלבע. זיי זענען סעטורעיטעד פעטנס און אנסעטורעיטעד פעטנס. דער חילוק איז אז סעטועיטעד פעטנס איז פארגליווערט און הארט און אנסעטועיטעד פעטנס איז פיליסיג ווען עס איז אין א נארמאלע טעמפרעאטור. רוב פעטע עסנס פארמאגן ביידע סארט פעטנס איינע באהאלטן אין די אנדערע.
אינעם קערפער ווערט די פעטנס גענוצט צו פראדוצירן ענערגיע (ברענשטאף) פאר דעם קערפער. די פארדייאונגס סיסטעם פארברענט די פעטנס און מאכט קערפער ברענשטאף דערפון וויפיל עס פעלט אויס און די איבעריגע ווערט געהאלטן פאר שפעטער. פעטנס פארמאגט אויך אין זיך עטליכע וויטאמינען וועלכע דער קערפער דארף האבן. אין גענעראל איז פעטנס ווי א רעזערוו סיסטעם פאר דעם קערפער און אויב דער קערפער קען נישט פראדוצירן גענוג ענערגיע פון די פראטעינס און קארבאהידראטן וועט עס פארברענען פעטנס דאס צו באקומען פון דארט.
שורה 35:
 
== וויטאמינען ==
{{אנווייז צום הויפט טעמעארטיקל|וויטאמין}}
וויטאמינען זענען ארגאנישע באשטאנדטיילן וועלכע דער קערפער דארף האבן צו קענען פונקציאנירן געהעריג. א מענשט דארף האבן 13 ערליי וויטאמינען זיין זענען: וויטאמין עי, וויטאמין בי, וויטאמין סי, וויטאמין די, וויטאמין אי, וויטאמין קעי, פאנטאטעניק עסיד, און ביאטי. אינאיינעם האבן מיר נאר 8 וויטאמינען אבער וויטאמין בי איז ווייטער צעטיילט צו 5 ערליי וויטאמינען זיי זענען: וויטאמין בי-1, וויטאמין בי-2, וויטאמין בי-3, וויטאמין בי-6, וויטאמין בי-12, און פאליק עסיד.
פון די 13 וויטאמינען זענען וויטאמינען עי, בי,סי,די,און אי. די וויכטיגסטע פאר'ן קערפער און עס קען זיך גרינג מאכן סיבות פארוואס מען זאל דארפן צונעמען איינע פון זיי. זעט צו וואס די וויטאמינען זענען וויכטיג:
שורה 55:
 
== מינעראלן ==
{{אנווייז צום הויפט טעמעארטיקל|מינעראל}}
אנדערע וויטאמינען וועלכע מיר דארפן האבן אינעם קערפער זענען נישט וויטאמינען נאר מינעראלן און רוב מענטשן מישן אויף איינע מיט די אנדערע. זיי זענען: [[קאלציום]], [[כלאר]], [[כראם]], [[קופער]], [[פלואר]], [[יאד]], [[אייזן]], [[מאגנעזיום]], [[מאנגאן]], [[פאספאר]], [[קאליום]], [[סעלעניום]], [[נאטריום]] און [[צינק]].
 
שורה 61:
 
== וואסער ==
{{אנווייז צום הויפט טעמעארטיקל|וואסער}}
ווי דערמאנט איז דער קערפער צוזאמענגעשטעלט פון 60 פראצענט וואסער. דער מענטש פארמאגט טאקע אסאך וואסער אבער ער גיט אויך ארויס אסאך וואסער דורך פארשידענע וועגן. א מענטש וואס רוהט גיט ארויס 40 אנסעס וואסער פער טאג. דאס וואסער גייט בעיקר ארויס דורך אטעמען, שוויצן, און ארויסגיין. אויב מען ארבעט שווער פארלירט מען אסאך וואסער און מען דארף כסדר טרונקן צו קענען האלטן די וואסער שטאפלן אויף די סטאנדארטע מאס. דער מענטש נעמט אריין אסאך וואסער פון די עסן וואס ער עסט, ספעציעל פרוכט און גרינצייג וועלכע פארמאגן גאר אסאך וואסער. אבער מען דארף אויך טרינקן וואסער אדער אנדערע געטראנקן וועלכע זענען אלע רוב וואסער.
 
 
== פייבערס ==
{{אנווייז צום הויפט טעמעארטיקל|פיבער}}
פייבער זענען די באשטאנדטיילן וועלכע דער קערפער קען נישט פארדייען. פייבערס באשטייען פון דריי סארטן: סעלולאס, העמיסעלולאס, און פעקטין. די דריי פייבער סארטן באקומט מען פון ווייץ, פרוכט, וואסער, און נאך פארשידענע געוואוקסן.
בהמות האבן א גרעסערע נוצן פון פייבערס וויבאלד זיי פארמאגן א גרויסע צאל באקטעריע אין זייערע קערפער וועלכע פארברענען די פייבערס און מאכן זיי פאר קארבאהידראטן. אבער אין דעם מענטשליכן קערפער איז נישט פאראן גענוג באקטעריע דאס צו באווייזן און אלע פייבערס ווערן נישט בארירט דורך די פארדייאונגס סיסטעם און גייען באלד דורך.
שורה 72:
 
== מאס ==
{{אנווייז צום הויפט טעמעארטיקל|מאס}}
א נארמאלע מענטש וואס עסט דריי מאלצייטן פער טאג באקומט אלעס וואס זיין קערפער דארף האבן פון די עסן. אויב מען עסט נישט וועט דער קערפער דארפן טאן עטליכע מיטלן צו נעמען ענערגיע.
די ערשטע זאך וואס וועט פאסירן איז אז דער קערפער וועט אנהייבן נעמען קארבאהידראטן פון די רעזערוו וועלכע געפינט זיך אין די לעיבער. ווי געזאגט טוט די לעיבער אוועקלייגן אסאך בלוט צוקער גענוג אויף 12 שטונדן. ווען די רעזערוו סופליי איז אויסגענוצט וועט דער קערפער אנהייבן אויסברענען אנדערע באשטאנדטיילן דאס צו מאכן פאר בלוט צוקער. עס וועט נוצן אלע איבעריגע פעטנס און אלעס אנדערש וואס ליגט אלס רעזערוו אינעם קערפער. ווען עס איז פארטיג מיט אלע פעטנס וועט דער קערפער ארויסציען יעדעס ביסל עסיד פון די בלוט און דאס איינטוישן צו בלוט צוקער. אזוי וועט עס גיין ווייטער און ווייטער ביז עס וועט שוין האבן אויסגעברענט יעדעס ביסל איבעריג פעטנס אדער סיי וואס און דער קערפער וועט שנעל איינפאלן און דער מענטש וועט אומקומען (ה"י).
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/עסן"