אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק מרדכי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''יצחק (איציק) מרדכי''' איז געווען א הויכראנגיקער אפיציר אין צה"ל, און א ישראל פאליטי...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''יצחק (איציק) מרדכי''' ([[22סטן נאוועמבער]] [[1944]]) איז געווען א הויכראנגיקער אפיציר אין [[צה"ל]], און א [[ישראל]] פאליטיקער, ער האט געדינט אלס מיניסטער אין די רעגירונג אין ישראל, און קאמאנדירט אויף וויכטיקע פאזיציעס אינערהאלב די ארמיי. ער האט אפגעטרעטן פון זיין אמט אלס מיניסטער אין יאר [[2000]], נאכן ווערן אנגעקלאגט אין [[געריכט]], פארן סעקסועל באלעסטיקן עטליכע פון זיינע אונטערטאנען אין פאליטיק און אין די ארמיי.
 
איציק איז געבוירן געווארן אין [[קורדיסטאן|קורדישעקורדישן]] חלק פון [[איראק]], 22סטן נאוועמבער [[1944]]. זיינע עלטערן האבן געמאכט [[עליה]] [[1949]], זיין פאמיליע האט געוווינט אין עטליכע ערטער, דערנאך אין [[טבריה]]. אין [[1962]] איז ער מאביליזירט געווארן צום [[שייטת 13]], ער איז דורכגעפאלן אין די טרענירונגען, ער איז אריין אין די אינזשעניר אפטיילונג, ווי ער איז ארויף געקראכן אויפן מיליטערישן לייטער, ער איז אריבער צו די [[פאראשוטיסטן]], ביי די [[זעקסטאגיקע מלחמה]] איז ער געווען א קאפיטאן פון א קאמפאניע, און ביי די נאכפאלגענדע מלחמות [[יום כיפור מלחמה]], קריג פאר די [[פרידן פארן גליל]].
 
אין [[1995]] האט יצחק פארלאזט די ארמיי, און אריינגעטרעטן אין פאליטיק, ער האט זיך פארמאסטן אין די פריימעריז אויף כנסת בענקל אין די [[ליכוד]] [[פארטיי]]. ביי די וואלן פון [[1996]] איז [[בנימין נתניהו]] ערוויילט געווארן, און יצחק איז געווארן [[זיכערהייטס מיניסטער]], ער האט אויפגענומען [[שאול מופז]] פאר [[שעף פון גענעראל שטאב]].
 
אין [[1999]], האט ער זיך אפגעזאגט פון פאסטן נאך א געראנגעל מיט נתניהו, ער האט צוליב פאפולאריטעט זיך פארמאסטן אין די וואלן יענע יאר, אין דידער צענטראלעצענטראלער פארטיי, [[אהוד ברק]] האט געזיגט און יצחק איז געווארן וויצע פרעמיער, אזוי אויך [[טראנספארטאציע מיניסטער]].
 
אין יאר 2000, האט א סעקרעטארשע אין די טראנספארטאציע מיניסטעריום, אריינגעגעבן א קלאגע קעגן אים ביי די [[פאליציי]], פארן איר באלעסטיקן געצווינגענערהייט, נאך אן אויספארשונג האבן נאך צוויי פרויען אריינגעגעבן קלאגעס. אויף צוויי איז ער געפונען געווארן שולדיק דורכן געריכט.