אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע קעניגרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (באט: לייגט צו sa ענדערט: lez, or, pcd
מ r2.7.3) (באט: ענדערט diq:Britanyaya Gırde, pam:Pisanmetung a Ka-arian; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 68:
פאר א לאנגער צייט איז [[אינדיע]] געווען די וויכטיקסטע קאלאניע אין דער בריטישער אימפעריע, אבער נאך א לאנגערע אנטיקאלאניעל געפעכט מיטן פאראייניקטן קעניגרייך איז איר געלונגען צו ווערן אן אומאפהענגיקע דעמאקראטיע. די בריטישע אימפעריע האט א מאל אריינגענומען גרויסע טיילן פון צפון, מערב, און מזרח אפריקע. וויכטיקע טיילן פון אזיע, ווי האנג קאנג, און א גרויסע צאל אינדזלען אינעם שאילן אקעאן. היינט צו טאג זענען ס׳רוב פון די דערמאנטע ערטער אומאפהענגיק אבער א טייל דערפון האלטן נאך אן א סך בריטישע געזעצן, אינסטיטוציעס, און מינהגים.
 
אינטרעסאנט אז מערערע לענדער וואס זענען קיין מאל נישט געווען אונטער בריטישער הערשאפט האבן אויסגעקליבן איר פארלאמענטארישע רעגירונג סיסטעם, וואס טייטש אז דער נידעריקער טייל פונעם פארלימענט, וואס ווערט גערופן הויז אף קאמאנס, געבן די לעגיסלאטיווע קראפטן. די הויז אף קאמאנס דערוויילט א טשיף עקזעקיוטיוו, וועלכער איז דער פרעמיער-מיניסטער. דער פרעמיער-מיניסטער וויילט זיך אליין אויס ווער פונעם קאמאנס זאל אריינגענומען ווערן אין דעם קאבינעט און אזוי אויך דערוויילט ער זיך אליין זיינע יועצים. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לעגיסלאטור.
 
דאס פאראייניקטע קעניגרייך איז געווען איינער פון די גרעסטע פיאנערן אין עקאנאמישע ענינים. די ערשטע [[אינדוסטריעלע רעוואלוציע]] [די רעזולטאט פון א סך פונדאמענטאלע בייטונגען וואס האבן טראנספארמירט אגריקולטור עקענאמיעס אין אינדוסטריעלע. די ערשטע טויש איז געווען פראדוקציע. מערערע זאכן וואס זענען טראדיציאנעל פאבריצירט געווארן אין היימען און אין קליינע ווארשטאטן האבן אנגעהויבן פאבריצירט ווערן אין פאבריקן] איז פארגעקומען אינעם פאראייניקטן קעניגרייך אין די 18טן און 19טן יארהונדערטער און האט געפירט צו דער אנטוויקלונג פון דער וועלטס ערשטער געזעלשאפט דאמינירטע דורך א מיטל קלאס. בריטאניע איז געווען דאס ערשטע לאנד אין דער וועלט ווו מער פון א העלפט פון אירע איינוווינערס האבן געוווינט אין די שטעט. גיכע עקאנאמישע אנטוויקלונג און וועלטס האנדל האבן געמאכט בריטאניע דאס רייכסטע לאנד דורכאויס דער הערשאפט פון קעניגין וויקטאריע [קעניין וויקטאריע האט געוועלטיקט אויף דער בריטישער אימפעריע אין אירע בעסטע יארן פון 1837 ביז 1901. איר הערשפאט איז געווען די לענגסטע פון יעדע מאנארכיע אין דער בריטישער געשיכטע און איז באצייכנט געווארן אלס די וויקטאריען תקופה] פאר א לאנגע צייט פאר און נאך דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז לאנדאן געווען דער צענטער פון דער וועלטס קאפיטיליזם. נאך היינט איז ער איינער פון די וויכטיקסטע ביזנעס און פינאנציעלע צענטערס אין דער גארער וועלט.
שורה 78:
נישט קוקנדיק אויף איר קליינקייט אין מאס, איז בריטאניע היפש אנגעפילט מיט א געשאצטער באפעלקערונג פון 634 איינוווינערס פער קוואדראט מייל (245 פער קוואדראט קילאמעטער) לויט א סטאטיסטיק פון היי יאר. זי האט א גוטע עקאנאמיע, א סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע, און צום וויכטיקסטן איז עס א לאנד פון שלום און פרייהייט. בכלל ווערט עס פאררעכנט אלס הויך סטאנדארט לאנד צו וווינען.
 
א סך לענדער פון דער וועלט זענען אין די פארגאנגענהייט משפיע געווארן פון דער בריטישער געשיכטע און קולטור. מיט יעדן פארבייגייענדיקן יאר ווערט ענגליש נענטער און נענטער צו ווערן דער וועלטס שפראך פאר געלערנטע מענטשן אזויווי לאטיין איז אמאל געווען. די סיבה דערפון איז די שטארקע פארשפרייטונג פון דער בריטישער אימפעריע אין די פארגאנגענע דריי דורות. אין אנהייב פון די 1900ער יארן (ווערט גערופן מיטן נאמען "דער 20סטער יארהונדערט") איז א דריטל פון דער וועלטס באפעלקערונג און א דריטל פון דער וועלטס לאנד אויבערפלאך געווען קאנטראלירט אין עפעס א וועג דורכן פאראייניקטן קעניגרייך. א סך לענדער האבן באקומען זעק מיט אימיגראנטן און זענען אנטוויקלט געווארן, ווי מען פלעגט עס דעמאלט רופן, אין טעכטער לענדער. די קאלאניעס (יישובים) האבן זיך עווענטועל פארמירט אייגענע רעגירונגן און זיך פארזעלבסשטענדיקט אלס דאמיניעס (ממשלות). למשל קאנאדע, אויסטראליע, און ניו זילאנד האבן פונקט אזא צושטאנד באקומען.
 
 
שורה 127:
 
=== די נידריגלאנד זאנע ===
אין גענעראל באשטיייט די נידריגלאנד זאנע פון גוטע ערד וואס ווערט אנגערופן פלעינס (פשוט'ע ערד), כוואליע'דיגע פלאך און ברייטע שטחים פון כמעט אייניג מיט'ן ים פלאך. עס באקומט אסאך ווייניגער רעגן און מער זון ווי די הויכלאנד זאנע (נאך אלץ אסאך מער רעגן ווי אנדערע לענדער) און די זאמד איז פרוכטפערדיג. רוב שטח פון די נידריגלאנד זאנע איז נישט העכער ווי 500 פיס (150 מעטער) פונעם ים פלאך און אירע בערג דערגרייכן א מאקסימום פון 1,000 פיס (300 מעטער) הויך.
די נידריגלאנד זאנע איז געדיכט באוואוינט נאך פון טויזנטער יארן צוריק. דאס גרעסטע טייל פון בריטענ'ס באפעלקערונג וואוינט צינופגעקוועטשט אין די נידריגלאנד זאנע וואס דעקט רוב ענגלאנד. די מעטראפאליס פון לאנדאן און אלע גרויסע באקאנטע ענגלישע שטעט געפינען זיך אין די נידריגלאנד זאנע.
 
שורה 167:
נישט נאר וואס בריטאניע באשיצט איר היים לאנד, טוט זי אויך ארויסהעלפן אנדערע לענדער פון ארום די וועלט מיט אירע אנגייענדיגע שטודיעס וועלכע ווערן געווענליך פארגעלייגט אין די יו-ען וועלכע טוט דאס פרעזענטירן ביי מיטינגען פון גלאבאלע באשיצונג.
 
נישט אומזיסט איז בריטאניע אזוי פארזיכטיג אין ענווייראמענטל באשיצונג, זייענדיג די ערשטע אינדוסטריאלע לאנד האט זיך איר געמאכט אסאך ענווייראמעטל פראבלעמען וועלכע מען האט קריטיש געמוזט פאררעכטן. איינע פון די ערגסטע ענווייראמענטל פראבלעמען וואס פלאגט נאך היינט בריטאניע איז די לופט פארפעסטיגונג. זעענדיג אז עס קען קומען צו א קאטאסטראפע האט בריטאניע דורכגעפירט אין 955' דער "ריינער לופט אקט" וועלכע האט שטארק געהאלפן רעדוצירן לופט פארפעסטיגונג. דער אקט האט פארלאנגט אלע ביזנעסער און אויטא אייגנטומער צו נוצן בעסערע גאזן און האט געשניטן די קוילן גראבונג מיט צוויי דריטל.
 
 
=== חיות און בהמות ===
דאס פאראיינגטע קעניגרייך האט דירעקט ווייניג חיות געשאצט אויף נישט מער ווי 30,000. דאס מערהייט פון זיי זענען קליינע חיות וואס זענען צושפרייט אין ענגלאנד. גרויסע חיות האט זי נאר הערשן, בערן, ווילדע קעץ, און וועלף. די גרויסע חיות דרייען זיך אויף די בערג אין סקאטלענד.
איינע פון די סיבות פארוואס עס זענען דא דארט אזוי ווייניג חיות איז צוליב וואס 90 פראצענט פון בריטאניע איז אפגעגאלט פון וועלדער.
פייגל און פיש זענען יא דא בשפע און ווערט עקספארטירט צו אנדערע לענדער. די בריטישע האבן ליב צו באטראכטן פייגלעך און זיך שפילן מיט זיי. אין אלע ערטער מאכט מען פייגל פארשטעלונגן פאר די פובליק.
 
שורה 199:
ענגליש איז די אפיציעלע שפראך פון דאס פאראייניגטע קעניגרייך און איז די ערשטע שפראך (מאמע לשון) פון מער ווי רוב פון אירע סיטיזענס. דאס נוצן די שפראך איז איבער-וויכטיג פאר בריטענ'ס קלאס סטרוקטור. טייל געשולטע ענגלישע מענטשן, נישט קיין נפקא מינא אין זייער אפשטאם, שטרעבן זיך צו באפרייען פון גיאנאלע אדער לאקאלע אקצענט כדי אויסצוקוקן ווי געשולטע ענגליש רעדניגע מענטשן. טייל מענטשן געבן אכטונג צו נוצן גיאנאלע אקצענט און סלענג אלס סטאנדארט. פון די אנדערע זייט טוען אסאך לאקאלע פון מזרח לאנדאן און פון צפון ענגלאנד אכטונג געבן צו נוצן זייער אייגענע וועג פון רעדן, האלטנדיג אז עס איז מער א ווארימערע און פריינטליכע וועג פון רעדן ווי סטאנדארט ענגליש.
די סקאטישע איינוואוינער האבן זיך אויך זייער וועג פון רעדן און זייער אקצענט איז גוט באקאנט דורך די בי.בי.סי. מידיא פירמע וועלכע פארמאגט נאר סקאטיש אקצענט רעפארטער. ווייטער די איירישע האבן זיך אויך אן אייגענע אקצענט מיט וועלכע זיי שטאלצירן. ארום 80,000 סקאטישע איינוואוינער רעדן נאך היינט קעלטיק סקאטיש (אן אייגענע שפראך).
וויילז האט אן אייגענע שפראך אבער אויך דארט רעדט א גרויס חלק ענגליש. טייל סקולס געבן א ביילינגיול (צוויי-שפראכיג) עדזשיוקעישן. אין צפון אירלאנד רעדן רוב איינוואוינער ענגליש און א טייל אייריש.
אין די וועלט הייסט עס אז די איירישע אקצענט איז די שענסטע ענגליש. די סלענג אקצענט איז צו לאנגווייליג און צו שארף. די אמעריקאנער ענגליש איז שוין צו פראסט. אייריש ענגליש איז אינדערצווישן, עס איז נישט אזוי סלענגיש און נישט אזוי פראסט. אויך די ניגון פון אייריש ענגליש איז אויסטערליש שיין ווייל עס אטאקירט נישט דעם צווייטן מיט די טענער אזויווי די אמעריקאנער ענגליש וועלכע'ס קשיא ניגון פארט אריין זייער טיף.
די [[פאראייניגטע קעניגרייך]] גאראנטירט אירע סיטיזענס מיט א פרייהייט פון רעליגיע. דאס לאנד האט טאקע נאכגייער פון אלע רעליגיעס אין די וועלט. רוב בריטישע זענען נישט קיין פולשטענדיגע גלויביגע און האבן נישט קיין שום שייכות צו סיי וועלכע רעליגיע. די איינציגסטע ארט ווי די מענטשן האלטן זיך רעליגיעז איז צפון אירלאנד.
שורה 224:
== מוזייען און ביבליאטעקן ==
 
בריטאניע איז וועלט באקאנט מיט אירע אנגעזעענע ביבליאטעקן און מוזייען וועלכע זענען צום מערסטן קווארטירט אין [[לאנדאן]]. ווי דערמאנט האט די בריטישע אימפעריע געוועלטיגט, אדער טייל געוועלטיגט, אויף רוב אייראפעאישע לענדער און אסאך אנדערע לענדער דורכאויס צענדליגער דורות. טאקע דערפאר פארמאגן די בריטישע מוזעאמס אזויפיל שטאף.
די מערסט באקאנסטע מוזיי איז די בריטישע מוזיי וועלכע געפינט זיך אין הארץ פון לאנדאן. זי פארמאגט פון אנטיק שטיקער נאך פון מצרים ביז טויזנטער היסטארישע דאקומענטן וועלכע זענען ווערט גאר אסאך געלט.
אנדערע מוזעאמס ווי די נעשאנעל געלארי און נעשאנעל פארטרעיט געלארי האבן פון די גרעסטע קאלעקציעס פון קונץ-ווערק. בכלל איז בריטאניע פיל מיט ווערטפולע קונץ-ווערק שטיקלעך וועלכע אבאלאנגען צו פריוואטע מענטשן. מען שאצט אז די האנדלונג פון קונץ-ווערק אין בריטאניע דורכאויס א יאר איז ווערד עטליכע ביליאן דאלאר.
שורה 250:
 
 
[[לאנדאן]] איז א הויפט צענטער פון אינטערנאציאנלן געשעפט און האנדל און איז דער פירער פון די דריי קאמאנדע צענטערס פון דער [[גלאבאלע עקאנאמיע|גלאבאלער עקאנאמיע]] (צוזאמען מיט [[ניו יארק]] און [[טאקיא]]).<ref>{{cite book|id=ISBN 0-691-07063-6|author=[[Saskia Sassen|Sassen, Saskia]]|title=The Global City: New York, London, Tokyo|year=2001|publisher=Princeton University Press|edition=2nd edition}}</ref> שוין העכער פון פינף און צוואנציג יאר, האט די בריטישע עקאנאמיע זיך געפירט לויט די פרינציפן פון ליבעראליזאציע, דער [[פרייער מארק]], און נידעריגע שטייערן און רעגולירן. גערעכנט לויט די קורסן האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט,<ref>{{cite web |url=http://www.imf.org/external/pubs/ft/weo/2006/01/data/dbcoutm.cfm?SD=2005&ED=2005&R1=1&R2=1&CS=3&SS=2&OS=C&DD=0&OUT=1&C=512-941-914-446-612-666-614-672-311-946-213-137-911-962-193-674-122-676-912-548-313-556-419-678-513-181-316-682-913-684-124-273-339-921-638-948-514-686-218-688-963-518-616-728-223-558-516-138-918-353-748-196-618-278-522-692-622-694-156-142-624-449-626-564-628-283-228-853-924-288-233-293-632-566-636-964-634-182-238-453-662-968-960-922-423-714-935-862-128-716-611-456-321-722-243-965-248-718-469-724-253-576-642-936-643-961-939-813-644-199-819-184-172-524-132-361-646-362-648-364-915-732-134-366-652-734-174-144-328-146-258-463-656-528-654-923-336-738-263-578-268-537-532-742-944-866-176-369-534-744-536-186-429-925-178-746-436-926-136-466-343-112-158-111-439-298-916-927-664-846-826-299-542-582-443-474-917-754-544-698&S=NGDPD&CMP=0&x=31&y=8 |title=Report for Selected Countries and Subjects |publisher=International Monetary Fund |date=2005 |accessdate=2006-05-15}}</ref> און די צווייטע גרעסטע אין אייראפע (נאך [[דייטשלאנד]]).
 
די [[אינדוסטריעלע רעוואלוציע]] האט אנגעהויבן אין ענגלאנד, צוערשט אין די שווערע אינדוסטריען למשל [[בויען שיפן]], [[גרעבן קוילן]], פראדוקציע פון [[שטאל]], און [[טעקסטיל]]. די בריטישע אימפעריע האט געשאפן אן אויסלענדישן מארק פאר בריטישע פראדוקטן, וועגן דעם האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך באהערשט אינטערנאציאנאלן מסחר אין דעם 19טן יארהונדערט.
שורה 309:
=== פאליטישע פארטייען ===
די ערשטע צוויי קעגנזייטיגע פארטייען אין בריטאניע זענען געווען די "וויג" און די "טארי" וועלכע זענען ביידע געגרינדעט געווארן אין אנפאנג 17'טן יאר-הונדערט. די וויגס זענען געווען שטארקע שטיצער פון די מאנארכיע און רעגירונג און די טאריס זענען געווען דערקעגן. די וויג פארטיי האט זיך שפעטער פאראייניגט מיט עטליכע אנדערע פארטייען און זיך אנגעהויבן רופן די ליבעראלע פארטיי. די טארי פארטיי האט זיך געטוישט איר נאמען צו די קאנסערוואטיווע פארטיי. אין די לעצטע הונדערט יאר איז אריינגעקומען די לעיבר פארטיי וועלכע האט זיך ארויפגעארבעט צו ווערן די אפאזיציע פון די קאנסערוואטיווע פארטיי. די ליבעראלע פארטיי האט זיך דאן געטוישט איר נאמען צו ליבעראל דעמאקראט פארטיי און איז געווארן די דריטע גרעסטע פארטיי אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך.
די גוטע עקענאמיע אין בריטאניע קומט זיך צו פארדאנקן די לעיבר פארטיי וועלכע האט געשוויצט אין די ערשטע יארן נאך די צווייטע וועלט קריג ברענגענדיג צענדליגער פראגראמען פאר ביזנעסער און איינוואוינער מיט וועלכע בריטאניע איז שטאלץ.
אין 997' האט די לעיבר פארטיי געווינען די וואלן מיט א לענסלייד, נעמענדיג 418 פון די 659 זיצן אין פארלימענט. אין די לעצטע פעדעראלע וואלן (יוני 01' ) האט די לעיבר פארטיי (מיט טאני בלעיר אלס פרעמיער מיניסטער) אנגעהאלטן איר שטארקייט מיט 413 זיצן. אין בריטאניע ווערט א קאנדידאט ערוועלט אויב ער האט באקומען דאס מערסטע שטימען, אפילו אויב ער האט נישט באקומען 50 פראצענט פון די שטימען (ווי עס איז דער פאל אין אנדערע לענדער).
 
 
שורה 318:
דער פרעמיער מיניסטער איז פאראנטווארטלעך אויף די פארטיידיגונג פאליסי און ארבעט צוזאמען מיט די פילע קאבינעט, סעקרעטערי אף סטעיט פאר פארטיידיגונג, און די קאבינעט'ס פארטיידיגונג און איבער-וואסער פאליסי קאמיטעס.
בריטאניע טוט אויך באשטייערן טרופן צו די יונייטעד נעשאנס אפעראציעס און האט שוין צוגעשטעלט מיליטער מערערע מאל. ווי אין באסניע, קיפראס, קואוועיט, און אנגאלא. בריטישע מיליטערישע אינסטרוקטארס זענען אקטיוו אין די גאנצע וועלט און טויזנטער מיליטערישע סטודענטן קומען קיין בריטאניע פאר מיליטערישע לעקציעס. בריטאניע האט נאך היינט גאריזאנס (גרופעס פון טרופן פאר עמטליכע ארדענונג אין פרעמדע לענדער) און אסאך טרענירונג גרופעס וועלכע טרענירן זיך אין געוויסע לענדער. די בריטישע מיליטער האט אמאל גענוצט איר מאכט אין צפון אירלאנד ארויסצוהעלפן די ארטיגע פאליציי וועלכע רופט זיך די ראיעל אלסטער קאנסטאבולארי. בריטאניע האט אויך ברייט אנטייל גענומען אין די אליאירטע קריג און שפעטערדיגע סאנקציעס קעגן איראק אינעם פערסישן גאלף. אויך אין די איצטיגע קריג קעגן טעראריזם איז זי שטארק טעטיג צווייט נאך די פאראייניגטע שטאטן.
בריטענ'ס פארטיידיגונגס בודזשעט האט די יאר באטראפן 23 ביליאן שטערלינג פונט. פון די געלט באקומט דער קעניגלעכער פלאט 1.8 ביליאן פונט, די ארמיי באקומט 5.6 ביליאן פונט, דער קעניגלעכער לופטפלאט 2.6 ביליאן פונט. דאס איבריגע גייט פאר פארשונג און פאר די דעפענס מיניסטעריום.
 
 
שורה 355:
{{EU מיטגלידער}}
{{G8 שטאטן}}
{{רעקאמענדירטער ארטיקל}}
 
[[קאטעגאריעקאַטעגאָריע:פאראייניקטע קעניגרייך|*]]
 
[[קאטעגאריע:פאראייניקטע קעניגרייך|*]]
 
{{רעקאמענדירטער ארטיקל}}
 
{{Link FA|ta}}
שורה 408 ⟵ 406:
[[cy:Y Deyrnas Unedig]]
[[da:Storbritannien]]
[[diq:BritanyaBritanyaya Gırde]]
[[dsb:Wjelika Britaniska]]
[[dv:ޔުނައިޓެޑް ކިންގްޑަމް]]
שורה 515 ⟵ 513:
[[pa:ਯੂਨਾਈਟਡ ਕਿੰਗਡਮ]]
[[pag:Ari na Unido]]
[[pam:UnitedPisanmetung Kingdoma Ka-arian]]
[[pap:Reino Uni]]
[[pcd:Roéyôme-Uni]]