אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עטאנאל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8:
'''עטאנאל ברענשטאף''' קען מען ניצן אנשטאט [[בענזין]] אין [[אויטאמאביל]]ן און אנדערע [[מאטאר]]ן. מאטארן קענען ניצן אדער ריינעם עטאנאל אדער עטאנאל געמישט מיט בענזין.
 
אין [[בראזיל]], 18% פונעם ברענשטאף וואס מען ניצט אין אויטאמאבילן איז עטאנאל ברענשטאף פראדוצירט פון צוקער רערן. צוליב דעם, דארף בראזיל נישט קויפן [[איילנאפט]] פון אנדערע לענדער.<ref>[http://www.renewableenergyaccess.com/rea/news/story?id=44896 America and Brazil Intersect on Ethanol]</ref>
 
אין די פאראייניקטע שטאטן, רוב אויטאמאבילן קענען ניצן ברענשטאף מיט אן אינהאלט ביז 10% עטאנאל. אויטאמאביל פראדוצירער ווי [[פארד מאטאר קאמפאני|פארד]], [[דיימלער קרייזלער]], און [[גענעראל מאטארס קארפאראציע|GM]] מאכן אויך פארווארג וואס קענען פארן אויף ברענשטאף מיט א העכערן טייל עטאנאל, ביז 85% (E85). ביז [[2006]], זענען שוין געווען זעקס מיליאן E85-שטימיק פארמיטלען אויף די גאסן פון די פאראייניקטע שטאטן.<ref>[http://images1.americanprogress.org/il80web20037/americanenergynow/AmericanEnergy.pdf American energy: The renewable path to energy security]</ref>