אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשכנזים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
"אנדערע" איז מערצאל
אין תקציר עריכה
שורה 2:
 
== דער נאָמען "אַשכּנז" ==
מיט דעם װאָרט "אַשכּנז" האָט מען אין מיטל־עלטערער ליטעראַטור באַצײכענט אַלע דײַטשיש־רײדנדיקע לענדער, און אַזױ האָבן די ייִדן, װאָס זענען אין דאָזיקע שטחים געװױנט, באַקומען זײַן נאָמען. די דײַטשע אַשכּנזים (אַשכּנז א) האָבן דעם נאָמען איבערגעטראָגן אױף מזרח צוזאַמען מיט זײַן קולטור.<ref name=Weinreich73/><ref name=Katz98/>.
 
לכתּחילה איז "אַשכּנז" געװען אַ נאָמען פֿון אַ [[תנ"ך|תּנ״כישער]] פּערזענלעכקײט און אַ פֿאָלק. אין [[ספר בראשית]] איז אַשכּנז אײנער פֿון די זין פֿון [[גומר]], דעם זון [[יפֿתּיפֿת]]נס.
 
== שפּראַכן ==
דאָס רובֿ אַשכּנזים פֿלעגן רעדן [[ייִדיש]] פֿאַר דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צװײטער װעלט מלחמה]]. הײַנט רעדן זײ בכּלל אַנדערע שפּראַכן ([[ענגליש]], [[רוסיש]] וכדומה) אין לענדער פֿון [[גלות]] און מאָדערנעם [[העברעיש]] אין [[מדינת ישראל]], הגם דאָס ייִדיש איז נאָך די שפּראַך פֿון פֿרומע קרײַזן און אױך פֿון עלטערע מעטנשן. אין מערבֿ־אײראָפּע האָבן די אַשכּנזים אױפֿגעהערט צו ניצן דאָס ייִדיש אַפֿילו פֿריער, אונטער דער השפּעה פֿון [[השׂכּלה]].<ref name=Weinreich73/>.
 
פֿאַרן ייִדיש פֿלעגן די (פּרע־)אַשכּנזים באַניצן [[לעזיש]]ע שפּראַכן אין מערבֿ־אײראָפּע, בעת די ייִדן אין סלאַװישע לענדער ([[כנען (מיטל־עלטערישע לענדער)|כּנענים]]), װאָס זענען שפּעטער אַסימילירט געװאָרן דורך אַשכּנזים, האָבן גערעדט אַ פּנים סלאַװישע שפּראַכן.<ref name=Weinreich73/><ref name=Jacobs05/><ref name=Wexler87/>. לױט די טעאָריעס פֿון [[הירשע דוד קאַץ]] האָט טײל אַשכּנזים אינעם [[מיטל־עלטער]] גערעדט אַן אַנדער דײַטשיש־באַזירטע שפּראַך (אין [[לותיר]], אזױ גערופֿענע "בני־הית"<ref name=Weinreich58/>) און ייִדיש גופֿא איז גערעדט געװאָרן תחילת אין דרום־מזרחדיקן דײַטשלאַנד, װוּ די ייִדן האָבן פֿריִער באַניצט אַראַמיש אַלץ זײער טאָגטעגלעכע שפּראַך.<ref name=Katz85/><ref name=Katz91/>. (חוץ דעם, עטלעכע אַנדערע מחברים האַלטן, אַז ייִדיש איז יאָ געבאָרן געװאָרן אױף [[דונײַ]] ברעגן.<ref name=King92/><ref name=Eggers98/>.)
 
== רעפֿערענצן ==