אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (ראָבאָט: ענדערן or:କାନାଡା צו or:କାନାଡ଼ା
אין תקציר עריכה
שורה 44:
'''קאַנאַדע''' ([[ענגליש]]: ''Canada'' ''קעֶנעֶדעֶ''; אויף קאנאדישער [[פראנצויזיש]] '''קאַנאַדאַ''') איז א פעדערירט [[לאנד]] וואס אקופירט דעם רוב פון נארד [[צפון אמעריקע]], פון דעם [[אטלאנטישער אקעאן|אטלאנטישן אקעאן]] אין מזרח ביז צום [[פאציפישער אקעאן|פאציפֿישן אקעאן]] אין מערב און אויך צו צפון ביזן [[ארקטישער אקעאן|ארקטישן אקעאן]]. דאס צווייטע גרעסטע לאנד לויט פלאך מאס, זי האט א גרעניץ מיט די [[פאראייניקטע שטאטן]] סיי צו דרום סיי צו צפון-מערב. זי איז צוזאמענגעשטעלט פון 10 פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס. קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פֿארמירונג, קלימאטן, און עקאלאגישע סיסטעמען. זי פֿארמאגט רעגנדיגע וועלדער, שיינע גראזלאנד, [[דעסיידיאוס]] וועלדער, טונדרע לאנד (שטחים אן ביימער אדער אנדערע געוויקסן), און נאס לאנד. קאנאדע האט מער [[אזערע]]ס און אינלאנד וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד. זי איז בארימט מיט איר דעקאראציע וועלכע אטראקט מיליאנען טוריסטן יערליך. אירע אוצרות פער מענטש איז די צווייטע רייכסטע אין דער וועלט נאך [[אויסטראליע]].
 
קאנאדע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח אבער האט א קליינע באפעלקערונג בערך אזויפיל איינוואוינערס עס איז דא אין דעם שטאַט קאליפארניע, וועלכע איז נאר א 25טל די גרויסקייט פון קאנאדע. די סיבה דערפון איז, ווייל א גרויס חלק פון קאנאדע ליגט זייער צפון וואו עס איז געפרוירן קאלט און עס איז כמעט אוממעגליך צו וואוינען דארט. רוב [[קאנאדער]] וואוינען אינגאנצן אויף דרום און א דריטל פון די גאנצע באפעלקערונג וואוינען אין די מעטראפאליטאנע שטעט, פֿון וועלכע די גרעסטע זענען: [[טאראנטא]], [[אנטעריא]]; [[מאנטרעאל]], [[קוויבעק]]; [[ווענקואווער]], [[בריטיש קאלאמביע]] און [[עדמאנטאן, אלבערטא]]. די אפיציעלע שפראכן זענען [[ענגליש]] און [[פראנצויזיש]] וועלכע איז די ארגינעלע אפשטאם פון רוב קאנאדער. קאנאדע איז טאקע אמאל באשטאנען נאר פון ענגלישע און פֿראנצויזן, אבער מיט די יארן האבן געלאנדעט צענדליגער טויזענטער אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראציע קיין קאנאדע גייט נאך היינט אן אין גרויסן, זייענדיג דאס איינציגסטע לאנד אין צפון אמעריקע וואס האלט נאך אן אפיציעלע אימיגראציע פראגראמען. אין די לעצטע 30 יאר, און נאך היינט, זענען רוב אימיגראנטן קיין קאנאדע פון [[אזיע|אזיאנער]] לענדער.
 
קאנאדע איז באוואוסט מיט אירע רייכע אוצרות פון געהילץ, מינעראלן, און עכט פֿריש וואסער אויף וועלכע אסאך אינדוסטריעס זענען אוועקגעשטעלט. רוב פון קאנאדעס טייכן זענען מיט די יארן צוגעשטעלט געווארן פאר [[היידרא-עלעקטריק]] באנוץ פון וועלכע קאנאדע שטעלט צו אלע ערליי ענערגיע. קאנאדע האט אויך א גרויסע פֿאבריצירונג אינדוסטריע וועלכע עקספארטירט א דריטל פון איר ארויסגעבונג. די הויפט מענופעקטשערינג אינדוסטריע איז טראנספארטאציע. כאטש קאנאדע'ס עקענאמיע איז שטארק אנגעוויזן אויף איר מענופעקטשערינג איז אבער די סערוויס סעקטאר פיל גרעסער און רוב קאנאדער ארבעטן אין דעם סעקטאר וועלכע רעכנט אריין: טראנספארטאציע, האנדל, פינאנץ, פערזענלעכע באדינסטן, און רעגירונג.
שורה 57:
== לאנד און אוצרות ==
 
קאנאדע איז זייער א גרויס לאנד (נאר רוסלאנד איז גרעסער) אבער איז באמת נאר א צענטל די גרויסקייט, ווייל די גאנצע צפון זייט איז קאלט און אומבאוואוינט. די דרום ראיאנען וואו די [[קאנאדער]] וואוינען האבן נישט אזעלכע לאנגע ווינטערס און האט גוט ארגיקולטור לאנד. רוב קאנאדער וואוינען אינערהאלב 200 מייל (320 קילאמעטער) פון די אמעריקאנער גרעניצן.
קאנאדע אקופירט גאנץ צפון פון נארט אמעריקע מיט א שטח פון 3,849,674 קוואדראט מייל (9,970,610 קוואדראט קילאמעטער) פון וועלכע 7.6 פראצענט איז באדעקט מיט פריש וואסער ווי טייכן און אזערעס, אריינגערעכנט א גרויסע טייל פון די גרעיט לעיקס (די מערסט באוואוסטע אמעריקאנער קערפער מיט פריש וואסער). קאנאדע איז ארומגענומען מיט וואסער פון דריי זייטן און אמעריקע איז אויף איר פערטער זייט. צו צפון האט זי דעם ארקטיק אקעאן, אויף מזרח דעם אטלאנטישן אקעאן (ביים שפיץ מזרח-צפון איז זי גאנץ נאנט צו [[גרינלאנד]], אפגעטיילט מיט די באפין בעי טייך), און צו מערב דעם [[פאציפישן אקעאן]] און א טייל מיט [[אלאסקא]].
 
שורה 134:
== עטניק גרופעס און קאמפאזיציע ==
 
די עטניקעטנישע קאמפאזיציע פון די קאנאדער מענטשן איז כלערליי. די צוויי גרעסטע גרופעס, די בריטישע און פראנצויזישע אפשטאמיגע, מאכן אויס 35 און 25 פראצענט פון די באפעלקערונג. רוב פראנצויזן וואוינען אין קוויבעק, וואו זיי מאכן אויס ארום 80 פראצענט פון די באפעלקערונג. נאך גרויסע גרופעס פון פראנצויזן וואוינען אין ניו בראנסוויק און אין אנטעריא און דאס איבעריגע וואוינען צושפרייט אין גאנץ קאנאדע. די גרעסטע גרופע פון פראנצויזן אין מערב קאנאדע וואוינען אין א קליין שטעטל אין וויניפעג, זיי ציילן ארום 45,000. דער חילוק צווישן די פראנצויזן און די ענגלישע זענען, אז די פראנצויזן זענען א קולטורע גרופע וועלכע האלטן זיך מיט זייער שפראך, היסטאריע, און רעליגיע. די ענגלישע זענען אבער נישט אזוי, קיינער האט נישט קיין שום געפיל אדער שייכות מיט בריטען.
אנדערע עטניקס אין קאנאדע זענען די אייראפעאישע וועלכע מאכן אויס 20 פראצענט פון די באפעלקערונג. רוב אייראפעאישע קומען פון דייטשלאנד, איטאליע, און אוקריינע. 8 ביז 10 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען אזיאנער אפשטאמיגע. זיי קומען פון האנק קאנג, אינדיע, כינע, און טייוואן. די איבעריגע זענען פון איבער די גאנצע וועלט. די גרעסטע טיילן זענען פון אמעריקע, לאטיין אמעריקע, און אפריקע.
 
שורה 147:
== אימיגראציע ==
 
אימיגראנטן מאכן אויס ארום 16 פראצענט פון קאנאדע'ס באפעלקערונג און ווי דערמאנט איז קאנאדע אנגעוויזן אויף אימיגראנטן. אין די געוועזענע דורות האט די אימיגראציע דעפארטמענט זיך פארלייגט צו באקומען אייראפעאישע אימיגראנטן. אין 1960 האט מען געטוישט די סיסטעם און עס איינגעטיילט אין דריי הויפט קאטעגאריעס: אימיגראנטן וואס אנטלויפן צוליב פאליטישע קריגערייען, פאמיליע מיטגלידער פון קאנאדער סיטיזענס, און זעלבסשטענדיגע אימיגראנטן. די זעלבסשטענדיגע אימיגראנטן ווערן די ערטשע אקצעפטירט דורך א פונקט סיסטעם וואס די אימיגראציע דעפארטמענט האט איינגעשטעלט לויט די שטאפלן פון ערציאונג וואס די אימיגראנטן האבן. מענטשן מיט אסאך פונקטן ווערן שטענדיג אריינגענומען און זיי ציילן טאקע 50 פראצענט פון קאנאדע'ס אימיגראנטן. אנדערע 42 פראצענט אימיגראנטן זענען פאמיליע מיטגלידער פון קאנאדער סיטיזענסבירגער וועלכע ווערן אויך געווענליך אריינגענומען אן קיין שטער. אימיגראנטן וואס פארלאזן זייערע לענדער וועגן פאליטישע קאנפליקטן באקומען שווער א גרינע קארטעל און מאכן נישט אויס מער ווי 9 פראצענט פון אלע אימיגראנטן. טראץ וואס קאנאדע נעמט אפיציעל אריין אימיגראנטן פון די גאנצע וועלט האט זי די שטערענגסטע געזונטהייט געזעצן און נעמט נישט אריין נאר 100 פראצענט געזונטע מענטשן.
 
די אימיגראציע דעפארטמענט שטודירט יעדע פינף יאר וויאזוי איינצוטיילן די אימיגראנטן לויט די פראווינצן. אין סך הכל האט זי א ציל צו נעמען ארום 250,000 אימיגראנטן יערליך וועלכע מאכט אויס 1 פראצענט פון די באפעלקערונג צאל. זינט דער רעסעסיע אין 990' איז די צאל אימיגראנטן פארמינערט געווארן צו 210,000 פער יאר וועלכע איז 0.7 פראצענט פון דער באפעלקערונג צאל. אמעריקע קומט אריין די צווייטע מיט בלויזע 0.3 פראצענט אימיגראנטן פון די באפעלקערונג צאל.