אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מענדעלע רימאנאווער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
צדיקים האבען געזאגט, אז די שם הוי' האט זיך מתלבש געווען אין א ספאדיק און בעקישע, דאס איז רבי ר' מענדלי מרימנוב (דברי תורה - מונקאטש בשם צדיקים).
 
עס איז באקאנט, אז די דריי צדיקים האבען געוואלט ברענגען משיח מיט זייערע הייליגע כוונות, אבער זייער תלמיד הרה"ק רבי נפתלי מראפשיץ זי"ע, האט געהאלטען אז אויב מ'וועט גיין אויף דעם וועג, קען זיין גרויסע הריגות, וועגען דעם האט ער נישט מסכים געווען, וועגען דעם איז ער ימים נוראים געפארען קיין רימנוב, און מ'האט אים מגבדמכבד געווען צו דאווענען פארן עמוד, און ער האט טאקע געדאווענט, און ער האט אויסגעדרייט, אז איבעראל ווי דער מנהג איז צו וויינען, האט ער געזינגען פרייליכע ניגונים, און איבעראל ווי מזיגנט פריילכע ניגונים, האט ער געוויינט מיט טרויגריגע ניגונים, ביז ער ער ממש צומישט דעם היילגען רבי ר' מענדלי, ער זאל נישט קענען מכוון זיין.
 
מוצאי יו"ט, האט רבי ר' נפתלי מורא געהאט פון די הקפדה פון זיין רבי'ן, איז ער אנטלאפן קיין קאזניץ צום מגיד, אינדעפרי ווען דער מגיד איז צוריק געקומען פון מקוה, זייער אפגעשוואכט, און זיך געוואלט אריין לייגן אין בעט פון גרויס שוואכקייט, האט געטראפן אין בעט ליגט רבי ר' נפתלי, האט ר' נפתלי געזאגט; איך גיי נישט ארויס פון בעט, נאר אויב דער רבי (קאזניצער מגיד) וועט מסכים זיין מיט מיר, און אראפ נעמען די הקפדה פון רבי ר' מענדלי, האט דער קאזניצער מגיד מסכים געווען מיט אים.