אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כל נדרי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ +en
שורה 12:
די תפילה האט מען מתקן געווען צו אויסלייזן אלע [[נדר|נדרים]] (צוזאגס) וואס דער מענטש האט פארשפרעכט אין די לעצטע [[יאר]] און וואס ער וועט פארשפרעכן אין די קומעדיגע יאר ("מיום כיפורים שעבר עד יום כיפורים זה, ומיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא עלינו לטובה"). אין די צייטן פון די [[ראשונים]] איז געוועזן א [[מחלוקת]] צו מען זאל זאגן די תפילה אדער נישט. צום ביישפיל ר' [[עמרם גאון]] האט געשריבן אויף דער מנהג "מנהג שטות הוא" (דאס איז א נארישע געוווינהייט) (כאטש וואס ביי זיין [[סידור]] איז די תפילה פארשריבן) ווארשיינליך פון וועגן וואס על-פי [[הלכה]] קען נישט אזוי א תפילה אויסלייזן נדרים. אבער מיט די צייט איז דער מנהג זייער איינגעווארצלט געווארן ביי די יידן, און זי האט באזעצט געווארן אויך אין [[שולחן ערוך]].
 
פארצייטנס זיינען די יודן באשולדיג געווארן דורך די [[גוי]]ם אז זייערע צוזאגס האט נישט קיין צושטאנד אלץ דעם וואס זיי לייזן דאך אויס די נדרים ערב יו"כ, וואס דערפאר האבן די יידן געדארפט [[שווערן]] מיט א באזונדערע שבועה כדי צו פארפעסטןפֿארפֿעסטן זייערע צוזאגס. די [[רעפארמער]] אין די [[19טע י"ה]] האבן וועגן דעם באשלאסן צו נישט זאגן "כל נדרי", און האבן אנשטאט דער געזאגט דאס [[קאפיטל]] "שיר המעלות ממעמקים" מיטן [[ניגון]] פון "כל נדרי". אבער היינט אויך די רעפארמער זאגן "כל נדרי" אזוי ווי די [[ארטאדאקס]]ן.
 
די תפילה האט מען באזונדער מתקן געווען פאר "אלעאלערליי" יידן אויך פאראיינגערעכנט בעלי עבירות ("על דעת המקום ועל דעת הקהל אנו מתירין להתפלל עם העבריינים"). דערפאר איז טאקע איינגעפירט אז אלע יידן אויךאפילו די [[סעקולערע]] זאלן קומען אין [[שול]] יעדעס יאר צו הערן "כל נדרי".
 
כאטש וואס די תפילה זאגט מען ביינאכט, איז איינגעפירט צו זיך איינוויקלען מיט [[טלית]]ים.