אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חלום"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 10:
 
=== פארשידענע טעאריעס ===
א קאפ-שטיק טעאריע איז אויסגעפארשט געווארן דורך דעם וויסנשאפטלער [[זיגמונד פרויד]] (אן עסטרייך פיליזאף פון בערך 100 יאר צוריק) וועלכער האט געהאלטן אז אלע חלומות זענען געבויט אויף דעם שלאפנדיג'ן מענטשנ'ס גלוסטן און כאטש די חלומות וועלכע מען געדענקט קען טיילמאל ניטאמאל שטימען ווי דער הויפט טעמע וועט מען אבער שטענדיג קענען געפינען א וועג וויאזוי די מאדנעסטע חלום וועט יא שטימען מיט די הויפט גלוסטונגן פון דעם מענטש. צום ביישפיל אויב איינער גלוסט צו מאכן א מיליאן דאלאר וועט ער אפשר חלומ'ן וויאזוי ער איז געגאנגן אין פעלד און צוזאמנגעקליבן א מיליאן עפלעך. די חלום וועט אים אויסקוקן גאר מאדנע אבער די עפלעך וועט רעפרעזענטירן די געלט און וועט מיינען אז אין זיין חלום פאנטאזיע האט ער צוזאמענגעקליבן א מיליאן דאלאר. אבער נאך אלץ – זאגט פראודפרויד – וועט אן עפל אמאל מיינען בלויז אן עפל.
 
א שווייצער וויסנשאפטלער מיט'ן נאמען קארל דזשואנג האט שטודירט פראוד'ס טעאריע מיט זיינע סטודענטן און איז שפעטער ארויסגעקומען מיט א נייע טעאריע אז אויסער וואס א מענטש חלומ'ט נאר אזעלכע זאכן וואס זענען אין זיין אינטערעסע (אויף פארשידענע וועגן) וועט זיין מוח דאס דעמאלט בעסער איבערטראכטן און אויפקומען מיט עצות וואס צו טאן צו קענען דעגרייכן דעם אינטערעסע.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/חלום"