אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם דוד הורוויץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
נאך דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]] איז ער געווען רב אין דעם פליטים לאגער אין [[לימבורג]], [[דייטשלאנד]].
 
אין תש"ז איז ער באשטימט געווארן רב פון דער עדת ישראל שול אין שטראסבורג, און קורץ נאכהער איז ער געווארן אב בית דין פון דער קהילה.
 
==פאמיליע==
בזיווג ראשון ער האט געהייראט ברכה, א טאכטער פון ר' אליעזר ליפא זילבערמאן, רבי אין [[ראצפערט]], א זון פון ר' משה, רבי אין ראצפערט, און איידעם פון רבי [[נפתלי האלבערשטאם (רודניק)|נפתלי האלבערשטאם]] פון [[רודניק]]. זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע פינף קינדער, הי"ד.
 
נאך דידער מלחמה האט ער געהייראט נאך אמאל, אין תש"ה, מיט נחמה (תרפ"א - ל׳ אב תשע״ב){{הערה|{{jdn||די שטראסבורגער רביצין|109512|}}}}, טאכטער פון ר' יחזקאל ווידמן גאב"ד [[סיטשל]], א וויזשניצער חסיד.
זייערע קינדער:
* ר' יחזקאל, אב"ד קניין תורה אין מאנסי.
* די ווייב פון ר' יהושע העשיל אייכינשטיין, זידיטשויבער רבי אין שיקאגו
* מרת שרה, די ווייב פון ר' אהרן מאיר אייכינשטיין דער זידיטשויב-קיווישאדער רבי פון [[מאנסי]] אב"ד זכרון אלעזר, זון פון ר' יצחק אייזיק זון פון ר' אהרן מאיר איידעם פון ר' מנחם מענדל פון זידישטויב
* מרת רייזל, די ווייב פון ר' יוסף דוב באב"ד, דער רב פון דער בעלזער קהילה אין [[לאנדאן]]
* מרת פייגא, די ווייב פון ר' חיים שרגא פייוול שנייבאלג, גאב"ד קהל אברכים מאנסי
* מרת מרים, די ווייב פון ר' [[מענדל האגער|מנחם מענדל האגער]], וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ
* מרת לאה, די ווייב פון ר' אליעזר ערנסטער, רב פון מאור חיים אין [[ירושלים]]
 
== זיינע ספרים ==
* קנין תורה
* שו"ת
 
==רעפערענצן==