אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל דוד לוצאטו"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
תקלדה
שורה 8:
צוזאמען מיט [[נחמן קראכמאל]] (רנ"ק), [[שלמה יודא ראפאפארט|שלמה יהודה ליב הכהן ראפאפארט]] (שי"ר) און [[יום טוב ליפמאן צונץ]] איז שד"ל געווען פון די ערשטע מיטגלידער און די [[חכמת ישראל]] באוועגונג, וואס האט עוסק געווען אין דער וויסענשאפטליכער/אקאדעמישער שטודיע פון אידישקייט.
 
שד"ל האט עוסק געווען אין היבש אפאר פראיעקטען במשך זיין לעבן. ער איז די מערסטע באוויסט פאר זיין פירוש אויף [[חמשה חומשי תורה]], וואס ער האט ארויסגעגעבן צוזאמען מיט אן איבערזעצונג פון די תורה אויף איאליענישאיטאליעניש. אזוי אויך האט ער מחבר געווען פירושים אויף אנדערע ספרים פון די כתבי הקודש, ספרים אויף די [[גראמאטיק]] פון [[העברעאיש]] און [[אראמיש]], אן איבערזעצונג פון דעם [[סידור]] אויף [[איטאליעניש]], שטודיעס אין די [[היסטאריע]] פון די אידן, ווי אויך [[ביבליאגראפיע|ביבליאגראפישע]] און [[ביאגראפיע|ביאגראפישע]] ביכער.
 
שד"ל איז געווען א [[ראציאנאליזם|ראציאנאליסט]], אבער ער איז געווען אנטקעגן דער פילאסאפיע פונעם [[רמב"ם]] און [[אבן עזרא]], און האט ליבערשט אויסגעוועלט דעם מהלך פון רבי [[יהודה הלוי]].