אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 24:
"בני יואל" האט זיך אויפגעמאכט מיט א חדר פון זעקס קינדער, פילע האבן שפעקולירט אז דאס גייט נישט האבן קיין קיום און עס וועט זיך שפארן, ווארשיינליך צוליב די שטארק געוואגטע אימביציע זיך צו ארויסשטעלן קעגן די גאנצע מאשין פון די עטעבילירטע סאטמארער קהילה, אבער למעשה איז דאך נישט יד ישראל תקופה, און די פירער האט מיט עקשנות, און לעגאלע מאנעווערס דורכגעשוויצט אלע שטרויכלונגען מצד די צענטראלע קהלה, און די מוסדות בני יואל האט היינט איבער דרייצען הונדערט קינדער, א שטאב פון 150 איינגעשטעלטע מחנכים און מחכנות.
 
אלס א רעזולטאט, אדאנק די דורכברוך פון בני יואל אין קרית יואל, געפונט זיך שוין היינט צו טאג בתי מדרשים אין קרית יואל וואס טוען נישט אנערקענען אין דער הנהגה פון דער צענטראלע קהלה און איר שטאטס רב. א גרויסער טייל פון די בתי מדרשים, זענען בעצם אלעס בני יואל שולן ווייל היות בני יואל האט נישט קיין אייגענע בתי מדרשים מיטן נאמען "בית המדרש קהל בני יואל", האבן זיי ענדערש קליינע בתי מדרשים ציזייט אין קרית יואל אונטער פארשידענע נעמען, צום ביישפיל, בית אלטא פייגא, חרדים, בית קויפמאן, שארמאש, טשאטה, באדאישל, דאס זענען אלע סיי די מתפללים און סיי די רבנים מיטגלידער און מנהיגים פון בני יואל. {{הערה|עס זענען אבער דא אויך בתי מדרשים וואס האבן נישט דוקא א שייכות מיט בני יואל צום ביישפיל [[ספינקא (הויף)|ספינקא]], [[טאהש]], [[תולדות אהרן]], [[ברסלב]], בית המדרש גבעת שאול, בית המדרש בית פריינד, בית המדרש ישרש יעקב - נעבעליץ, ביהמ"ד מנחת אהרן דיפו, נועם אלימלך ליזענסק, עטרת יהושע דנאסויד, ביהמ"ד קומץ המנחה, ביהמ"ד שארית ליהודה, ביהמ"ד שערי תפלה, ביהמ"ד שלום על ישראל, תפארת יחזקאל מערץ, תפארת עוזיאל ריטשוואל, און נאך אסאך, אבער דער צד השוה פון זיי אלע איז אז זיי אנערקענען נישט אין דער הנהגה פון ר' אהרן, אנדערש ווי און אנדערע אידישע שטעט, וואס עס קענען זיין קהלות שונות וואס האבן קיין שום פורצוג אין פרעמדע פאליטיק, איז אבער אין קרית יואל "הלנו אתה עם לצרינו" איינער וואס געהערט צו א פרעמדע קהלה, האט נישט קיין שום בענעפיט, און טאר נישט הנאה האבן פון די צענטראלע קהילה, אויסער דעם וואס די ר' אהרן'ס קהלה גייען לשיטתם אז די אלע קהלות זענען נגד הלכה, האבן די אלע מיטגלידער פון די אנדערע קהלות דייקא א נעגאטיווער מיינונג לגבי ר' אהרן.}}
 
אין די צייטונגען וואס געהער פאר רבי אהרן ווי "דער בלאט", "דער בולעטין" און "דער זושנעראל", ווערט נישט דערמאנט קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע קהילות, און אויך נישט די נייעס וואס דארט קומט פאר, עס קען זיך דוכטען אז עס עקזיסטירט נישט אין קרית יואל נאר די פארטיי פון רבי אהרן, ווען אין אמת'ן איז דארט דא נאך צוויי טויזנט משפחות, ביי די וואהלן וואס עס קומט פאר אין קרית יואל זענען די שטימל צוטיילט אויף צוויי האלב וועלט פאר ר' אהרן און זיין פארטיי, די צווייטע העלפן פאר דעם צד שכנגד.
 
==קרית יואל==