אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13:
 
די חסידים פון ר' אהרן טענה'ען אז עס גלייבט זיך שווער אז דאס איז די ריכטיגע שטעלונג פון די בני יואל, איינס, ווייל דער שטאט סאטמאר אין אייראפע איז געווען אינגאנצן א אנדערער מציאות ווי דער שטעטל קרית יואל. סאטמאר איז פון אסאך יארן בעפאר געווען א אלטע היסטארישע גרויסער אידישער שטאט, מיט כל מיני סארט אידן, דער רבי איז נישט געווען דער מייסד פון די שטאט, קיינעם האט קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער רבי גייט דא זיין דער אויסשליסליכער בעה"ב אויף אזא געמישטע שטאט, אפי' דער רבי זעלבסט האט געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד בנוסף צו די מער אשכנזישע שטאטישע שול, דער מרא דאתרא פאזיציע איז געווען אזא סארט ווי למשל דער אנטווערפענער שטאטס רב אדער לאנדענער שטאטס רב. ווידער קרית יואל האט דאך דער רבי זעלבסט מייסד געווען די שטעטל בארץ לא זרועה ער האט אנגעהויבן א נייע קהלה ווי עס איז געווען גארנישט, על דעם דעם אז ער מיט זיין קהלה זאל ע"פ תורה זיין דער פולקאמער און אויסשליסליכער בעה"ב, ממילא איז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי. צווייטענס, אפי' אין סאטמאר זענען די אנדערע קהלות נישט געווען קיין אפענע אפאזיציע פון דעם מרא דאתרא, זיי האבן זיך פארט משכנע געווען צים מרא דאתרא, זיי האבן נאר געוואלט האבן א בית המדרש צו ישיבה לויט זייער מסורה אין געשמאק, אזא גאטונג ווי ס'דא פארשידענע קהלות אין לאנדאן אדער אנטווערפן, משא"כ בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן, ממילא בכגון דא, איז דאך זיכער אז דאס איז בניגוד וואס דער מייסד דער רבי'ס מטרה איז געווען, ווייל אויב ס'הותרה הרצועה קען מען דאך שוין צוריקגיין קיין ברוקלין.
 
דעקעגן ענטפערן די חברי בני יואל אז די אלע זאכן זענען נישט ריכטיג ווייל אויב מען קוקט אריין אין די בריוו און די טענות וואס די חברי בני יואל האבן געשרבין בשעתו בשעת זיין האבן זיך געגרינדט, זיי האבן געשריבן בראשורן, בריוו צו די דיינים [ר' ישראל חיים מנשה, ר' געציל, און ר' משה מנחם טירנויער און נאך] וועסטו זעהן. לגבי דעם וואס מען טענה'ט אז עס איז קיינעם עולה געווען על הדעת אז דער רבי גייט זיין דער אוסשליסליכער בעה"ב אין סאטמאר איז נישט ריכטיג, ווייל דער רבי איז טאקע יא געווען דער אויסשליסליכער בית הבית אין שטאט סאטאמר, נאר עס האט איהם נישט געבאדערט אז עס עסקזיסטירט נאך א אנדערע קהילה אין סאטמאר. און דערפאר טאקע האט ער געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד וואס איז געווען אנדערש ווי די גאנצע שטאט.
דעס איז נישט קיין טענה אז, "קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי" דאס איז נישט ריכטיג דאס קען מען טועהן אין א קהילה וואו עס איז דא פופציג הונדערט, צוויי אדער דריי הונדערט משפחות, אבער נישט קרית יואל ווי עס איז דא דריי אבער פיהר "טויזענט" משפחות, די קענסט נישט צווינגען טויזענטער משפחות זאלן זיין "חסידים" פון א רבי, נאר אויב זיין ""ווילן", דעריבער איז קרית יואל יא דומה צו סאטמאר, פעסט, מונקאטס, ווארשא, און נאך גרויסע שטעט אין דער אלטע היים,
אויף די טענה אז בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן" זאגן די בני יואל אז עס איז נישט אמת, ווייל בני יואל האט געהאט ביים אנפאנג בלויז צוויי צילן" 1) נישט צו דאווענען אין גרויסן שוהל, וואו רבי אהרן איז רב [אזוי ווי אין יעדע אידישע קהלה איז דא עטליכע בתי מדרשים נישט "איין גרויסע" שוהל וואו אלעס ווערט קאנטערלירט], 2) נישט שיקן זייערע קינדער אונטער די ת"ת פון ר' אהרן [נישט ווייל מען האט געוואלט זיין מחוצפים צו ר' אהרן, נאר ווייל מען האט נישט געוואלט אז ר' אהרן מיט זיינע חסידים זאלן מאכן פון זייער קינדער "סאטמארע חסידים פונעם ברך משה" זיי ווילן נישט זיין קיין חסידים פונעם ברך משה און פון ר' אהרן, פלען און פשוט], נישט מער.
זייער כוונה איז נישט געווען צו זיין קיין מחוצפים און פורק עול זיין פונעם מרא דאתרא, פארקערט גאר זיי זענען גרייט געווען אלעס צו פאלגן, נאר מען זאל זיין לאזן דאווענען ווי זיי ווילן, און מען זאל זיי לאזן שיקרן די קינדער אין זייער חדר, זיין האבן געשריבן קלאהרע בריוו פאר יעדן, מיט וועלן פאלגן אלעס, נאר מיר ווילן נישט זיין קיין "חסידים" פון ר' אהרן ט"ב, וואס דאס איז מותר עפ"י תורה און עס איז א נארמאלע זאך אז אז מענטש איז זיך נישט מחויב צו לאזן צווינגען א חסיד זיין פון א רבי וואס ער גלייכט נישט, אבער וויבאלד דער ברך משה און זיין קינד האבן נישט מסכים געווען נאר געפייניגט די חברי בני יואל, איז ארויס געקומען א די גאנצע שטעטעל האט זיך צוטיילט אויף צוויי אדער אויף דריי.
 
למעשה אום [[ט"ו בשבט]] [[ה'תשמ"ט]] האבן זיי געעפנט אייגענע מוסדות אין קרית יואל מיטן נאמען "בני יואל" וואס האט ארויסגרופן א גרויס שטורעם אין דער סאטמארער וועלט, און א קייט פון נאכאנאנדיגע שלעגערייען און דראמאטישע קאנפליקטן, וואס איז באריכטעט געווארן איבער דער סאטמארער וועלט, און אין די לאקאלע פרעסע נאכאנאנד איבער די געשלעגן וואס זענען געווען אין [[געריכט]]ס און אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע.{{מקור}}