אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע פעלקער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שפאניש
שורה 32:
כאטש די ליגע איז געווען א גרויסע דורכפאל איז אבער נאך נישט אוועקגעפאלן דער געדאנק פון אזא ארגאניזאציע. די ערשטע זאך וואס איז געטאן געווארן צו גרינדן א נייע ארגאניזאציע איז געווען אין 1941 ווען אמעריקע'ס פרעזידענט רוזוועלט און בריטיש פרעמיער מיניסטער ווינסטאן טשורטשיל האבן אונטערגעשריבן די אטלאנטיק טשארטער, אין וועלכע די צוויי לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו טאן עפעס ממשות צו גרינדן א מער עפעקטיווע סיסטעם פאר וועלטליכע שלום און קאאפאראציע.
 
א יאר שפעטער, דעם 1טן יאנואר 1942, האבן א קאאליציע פון 26 אליאירטע לענדער, וואס האבן געקעמפט קעגן דייטשלאנד, אונטערגעשריבן א דעקלעראציע אין וועלכע זיי האבן אקצעפטירט די פרינציפאלן פונעם אטלאנטישן טשארטער. די דעקלעראציע איז געווען די ערשטע פארמאלע באנוץ פון דעם נאמען יונייטעד נעישאנס, וועלכע איז געגעבן געווארן דורך פרעזידענט [[פרענקלין דעלאנא רוזעוועלט|רוזעוועלט]]. פון דארט און ווייטער איז עס געפארן וואוווי א באן ביז אלע דעטאלן זענען ערלעדיגט געווארן אפריל 1945 אין [[סאן פראנציסקא]] דורך 50 לענדער אריינגערעכנט דער [[ראטנפארבאנד]], די [[פאראייניגטע פעלקער]] און די [[רעפובליק פון כינע]]. די פאראייניגטע פעלקער איז אפיציעל געגרינדעט געווארן דעם [[24סטן אקטאבער]] ווען 51 לענדער האבן באשטעטיקט דעם טשארטער. די ערשטע זיצונגען פון דער אלגעמיינער פארזאמלונג און פון דעם זיכערהייטס ראט זענען פארגעקומען אנהייב 1946 אין [[לאנדאן]].
 
די גרינדער פון די יו-ען האבן געוואלט פארזיכערן אז עס זאל זיך נישט איבערשפילן די זעלבע ווי די ליג אוו נעישאנס, און האבן דערפאר אויפגעשטעלט אירע הויפטקווארטירן אין ניו יארק צו פארזיכערן די מאקסומאלע שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן, די רייכסטע און מאכטפולסטע לאנד אין יענע צייטן. אויך האבן זיי פארזיכערט די גרויסע לענדער'ס זעלבטשטענדיקייט, דורכ'ן געבן א וועטא רעכט פאר אמעריקע, פראנקרייך, בריטען, די [[סאוועטן פארבאנד]], און [[כינע]]. ([[רוסלאנד]] האט פארלוירן איר רעכט ווען דער פאראיין איז צוזאמענגעפאלן אין 1991).
 
[[טעקע:The United Nations Building.jpg|קליין|די פאראייניגטע פעלקער הויפטקווארטיר געביידע אין ניו יארק]]
 
== סטרוקטור ==