אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף שלמה כהנעמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 9:
 
אין די יארן [[1923]]-[[1925]] איז ער געווען א מיטגליד אינעם [[סיימאס|ליטווישן פארלאמענט]].
 
דער [[חזון איש]] האט געזאגט אויף אים "יאשע קולער איז געווען דער בעסטער בחור אין ליטע".
 
ער איז געבליבן פאנאוועזשער ביז דער [[סאוועטן פארבאנד]] האט אנעקסירט ליטע אין ת"ש. ווען די דייטשן האבן אינוואדירט ליטע, איז דער רב געווען אין דער פרעמד, אזוי איז ער געראטעוועט געווארן, מיט איין זון [[אברהם כהנעמאן|אברהם]], אבער זיין ווייב אין אלע אנדערע קינדער זענען אומגעקומען.
 
== אין ארץ ישראל ==
אין ת"ש איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין [[ירושלים]].
 
אין תש"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן אין בני ברק א ישיבה אויפן נאמען פון דער פאנאוועזשער קהילה וואס די דייטשן האבן פארניכטעט, און אויך האט ער אויפגעשטעלט די גראדנער ישיבה אין [[אשדוד]].
 
ביים בויען די פאנאוועזשער ישיבה, האט איין טאג גערעגט שטארק און די ארבעטער האבן אים געבעטן אז ער זאל זיי באצאלן אזוי ווי יעדן טאג און זיי וועלן אהיים גייען. האט דער רב געזאגט אז ער איז מסכים צו באצאלן אבער אזוי ווי זיי זענען זיינע ארבעטער, זאלן זיי גייען אין בית מדרש וואו די בחורים לערנען פלייסיג, און די ארבעטער זאלן לערנען גמרא אנשטאט בויען די ישיבה. זיי האבן אים געפאלגן מיט פריילעכע הערצער, מיינענדיק אז זיצן ביי דער גמרא איז אסאך גרינגער ווי ארבעטן שווער ביים בויען. אבער נאך א קורצער צייט זענען זיי געקומען צום רב מיט א טענה אז עס איז צו שווער צו קאנצענטרירן לערנען. האט דער רב געענטפערט זיי מיט א שמייכל, "איך האב געוואלט אייך ווייזן מיט דער געלעגנהייט אז מ'זאל נישט מיינען אז לערנען א גאנצן טאג איז א גרינג און אינטערעסאנט לעבן, נישט אזוי ווי ארבעטן שווער ביים בויען, נאר פארקערט, טראגן און בויען איז איבערהויפט נישט אזוי שווער ווי קאנצענטרירן לערנען גמרא, און איר וועט שאצן די ישיבה'לייט וואס פארמאטערן זיך מיט גרויסער מי". אזוי האט דער רב גוט אויסגענוצט יעדע געלעגנהייט. {{הערה|רבי [[אהרן לייב שטיינמאן]] אין "מקים עולה של תורה", {{שבת בשבתו|926|י"ג אלול תשע"ב, רבי יוסף שלמה כהנמן זצ"ל גאב"ד פוניביז'}}}}
== בני ברק ==
נאך זיין פטירה האט די בני ברק שטאטראט געענדערט דעם נאמען פון השומר גאס, איינע פון די הויפטגאסן אין דער שטאט, צו הרב כהנעמאן גאס.
 
דער [[חזון איש]] האט געזאגט אויף אים "יאשע קולער איז געווען דער בעסטער בחור אין ליטע".
 
== רעפערענצן ==